אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "העברעאיש"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 52:
ס׳זענען פאראן אנדערע שפראכן וואס האבן באקומען א השפעה פון העברעאיש דורך דאס פארטייטשן [[תנ"ך|תנ״ך]] אויף פרעמדע שפראכן. דאס ווארט "[[wikt:שבת#שַׁבָּת|שַׁבָּת]]", למשל, איז גאנץ פארשפרייט אין כלערליי שפראכן ווי דער נאמען פון דעם זיבעטן טאג אין דער [[וואך]], דער רו־טאג. אויך א סך העברעאישע נעמען פון תנ״ך זענען גאנץ פארשפרייט איבער דער וועלט.
די צוויי ווערטער פון לשון־קודש וואס זענען מערסט פארשפרייט זענען "[[אמן]]" און "[[הללויה]]" – די ווערטער מיט וואס מען ענדיגט געוויסע [[תפילה|תפילות]], און באדייטן הסכמה מיט וואס מ׳האט געזאגט.
 
==העברעאישע שריפט==
{{אלף בית |אות=|תמונה=|בילד=}}
{{הויפט ארטיקל|אלף בית}}
די העברעאישע שריפט האט אן [[אלף בית]] מיט 22 [[אות]]יות, און 5 באזונדערע ענדע אותיות וואס ווערן געניצט ביים סוף פון א ווארט אנשטאט דעם נארמאלן אות. די געטאפלטע אותיות זענען כ-ך מ-ם נ-ן פ-ף צ-ץ. די אותיות זענען די קאנסאנאטן, און לכתחילה האט מען נישט געשריבן די וואקאלן. אויך זענען פאראן גראפישע סימבאלן פאר די [[וואקאל]]ן, פינטעלעך און שטרייכעלעך (וואס מען האט איינגעפירט א סך שפעטער). דער קוואדראטישער אלף בית וואס איז באקאנט היינט איז באזירט אויפן ״אינטערנאצינאלער״ אראמישער שריפט פון דער [[פערסישע אימפעריע|פערסישער אימפעריע]], וואס האט געטוישט די אורלאטע [[כתב עברי]] שריפט (העברעאיש־פֿעניקישער שריפט) לויט א הוראה וואס[[עזרא הסופר]]) האט באקומען פון הימל, וואס מען פלעג ניצן אין [[מלכות יהודה]], [[מלכות ישראל]] און אין די ברייט און לענג פונעם [[היסטאריע פונעם מיטל מזרח|פארצייטיקן מזרח]] פאר [[גלות בבל]]. כתב עברי איז נישט אינגאנצן פארשוואונדן געווארן, און מ׳האט זי נאך געניצט אין די צייטן פונעם צווייטן בית המקדש, און ביים [[בר כוכבא אויפשטאנד]] האט מען געניצט מטבעות מיט כתב עברי שריפט.
==רעפערענצן==
{{רעפליסטע}}