אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אריה לייביש ליפשיץ"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ Bot: Migrating 1 interwiki links, now provided by Wikidata on d:q6042912 (translate me)
מאין תקציר עריכה
שורה 4:
==אפשטאם==
 
'''רבי לייביש''' איז געבוירן אין [[יעראסלאוו]] אין יאר [[ה'תקכ"ז]] <small>(אומגעפער)</small> צו זיין פאטער הרב '''חיים ליפשיץ''', אן אייניקל פון הרב [[נתן נטע שפירא]], דער מגלה עמוקות. אויף זיין טאטע'ן האט שוין דער רבי פון לובלין מעיד געוועהן אז ער איז א בעל רוח הקודש.
 
ביי די ניין יאהר האט ער שוין גע'שמ'ט אלס עילוי און בקי אין ש"ס בבלי און ירושלמי, און איז דעמאלטס געווארן א תלמיד פון הגאון המפו' רבי יצחק חריף אבד"ק סאמבור בעמח"ס שו"ת פני יצחק. שפעטער איז ער געווארן א תלמיד פון קצות החושן.
 
==רבנות==
 
אין יאר [[ה'תר"ס]] איז '''רבי לייביש''' געווארן רב אין [[קרעשוב]], נאכהער אין [[בילגוריי]], אין יאר [[ה'תקס"ח]] ווען זיין שווער דער [[משה טייטלבוים (ישמח משה)|ישמח משה]] איז געווארן רב אין [[אוהעל]] האט '''רבי לייביש''' איבער גענומען דאס רבנות אין [[שינאווא]], אין יאר [[ה'תק"ץ]] איז '''רבי לייביש''' אויפגענומען געווארן רב אין [[ווישניצא]] און אירע אומגעגנט (אריין רעכענדיג [[בריגעל]] און [[באכניא]]). [[חול המועד]] [[סוכות]] [[ה'תקצ"ח]] איז '''רבי לייביש''' פארטריבען געווארן פון ווישניצא אין ער האט זיך באזעצט אין בריגעל.
 
צווישן די וועלכע זענען געפאָרן צום אריה דבי עילאי זענען אויך געוועהן די צדיקים: רבי מרדכי דוד דאמבראווער, רבי בעריש אושפיצינער, רבי שלום קאמינקער, רבי ר' הערש פון רימנוב, רבי אשר'ל ראפשיצער, דער צאנזער רב, רבי אליעזר'ל דזיקוב'ער, רבי ארון קראקאווער און זיינע קינדער די צדיקים זכותם יגן עלינו.
 
==הסתלקות==