אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "קרית יואל"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
לויט די שטאטישע ציילונג
שורה 15:
עס ווערט געשאצט, לויט די רעזולטאטן פון די לעצטיגע פאליטישע וואלן, אז בערך 70%פון די איינוואוינער קערן זיך אן פארן שטאטס רב, רבי אהרן, זיי ווערן אנגערופן אין די וועלט '''[[אהרונים]]''', בערך30% קערן זיך אן צו ר' [[זלמן לייב טייטלבוים]] (זיי ווערן אנגערופן '''[[זאליס]]'''), פונדעם בערך 10% זענען [[בני יואל]], די זענען די וואס ווילן נישט קיין שום [[רבי]], אדער צום ביישפיל, [[טאהש]], [[ברסלוו]], [[תולדות אהרן]] וכדומה.
 
לויט טייל אנאליסטן איז דאס דער מוסטער פון די שטיצער פון ר' זלמן לייב און ר' אהרן, פון סאטמארער חסידים אין דער גאנצע וועלט, דאס מיינט, 70%אהרונים, 30% א געמישעכט'ס פון בעיקר אנטי רבי אהרן, אבער די זאלונים זאגען ווען מ'וואלט געמאכט לעגאלע וואלען און די גאנצע וועלט, ווי ווילט איר געהערן צו ר' אהרן אדער ר' זלמן וואלט געווען 50 פראצענט ר' זלמן לייב און 50ר' אהרן נישט קיין נפקה מינה וויפיל חסיד מ'איז באמת פון די רבי'ס וואלט מען אזוי געוועלט ווייל סאטאמר איז בעיקר א קהלה מיט קהלישע סערוויס און נישט א פאנאטישע חסידות, די ראי' איז צו די מיינוג זעהט מען ביי ישיבה גדולה ר' זלמן האט 1000 בחורים און ר' אהרן 1050650 בחורים.
 
דאס שטעטל האט א זעלבסטעשטענדיגע לעגאלער שטאטראט, עס איז געגרינדעט געווארן אין יאר 1977, די פאליטישע פיגורן באשטייען פון א בירגערמייסטער און 4 ווילעדזש טראסטי'ס, זיי ווערן אריינגעוועלט פאר 4 יאריגע טערמינען, דער יעצטיגער ערוועלטער בירגערמייסטער הייסט [[אברהם ווידער]], די פיר קוראטארן זענען מיטעלמאן, פריינד, מארקאוויטש און לאנדא, אלע שטיצער פונעם רב פון שטעטל, רבי [[אהרן טייטלבוים]].