אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "צווייטע וועלט-מלחמה"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 117:
 
=== אגרעסיווע שריטן און אפמאכן ===
אנגעהויבן אין 1931-תרצ"א האט [[יאפאן]], און דערנאך דייטשלאנד און איטאליע, אנגענומען א בולט'דיגער אגרעסיווע שטעלונג. זייערע שריטן זענען פארדאמט געווארן דורך דער [[פעלקער-ליגע פון פעלקער]], אבער עס איז גארנישט געטאן געווארן זיי אפצושטעלן. אין 1935-תרצ"ה האבן דייטשלאנד און יאפאן זיך ארויסגעצויגן פון דער [[פעלקער-ליגע פון פעלקער]] און איטאליע האט זיי נאכגעטון צוויי יאר דערנאך. אין 1936-תרצ"ו האבן דייטשלאנד און איטאליע געשלאסן אן אליאנץ, וועלכע האט זיך גערופן דער [[רוים-בערלינער אַקס]]. אין 1940-ת"ש האט יאפאן זיך צו זיי צוגעשטעלט, און עס איז פארמירט געווארן דער [[רוים-בערלין-טאָקיאָער אַקס]].
 
 
 
==== יאפאן אינוואדירט כינע ====
אין 1931 - [[תרצ"א]] האט יאפאן אינוואדירט און אקופירט דער כינעזישער [[פראווינץ]] [[מאנכוריע]], וועלכע איז געווען רייך מיט עקאנאמישע מיטלען. דער יאפאנעזישער ארמיי האט צוביסלעך אוואנסירט טיפער און טיפער אריין אין כינע, און ביז 1938-תרצ"ח האבן זיי קאנטראלירט דאס רוב פון מזרח כינע. ווען דער [[ליגע פון פעלקער-ליגע]] האט נישט באוויזן אפצושטעלן דעם דרייסטן און גרונדלאזן אנגרייף האבן די [[דיקטאטור]]ן אין אייראפע דאס אינאכט גענומען.
 
==== איטאליע אטאקירט עטיאפיע ====
איןאייראפע האט [[מוסאליני]] גענומען דעם ערשטן בולט'דיגן אגרעסיוון שריט. אין 1935 - [[ה'תרצ"ה]] האט ער געשיקט זיין מיליטער אויף איינצונעמען [[עטיאפיע]] אין מזרח [[אפריקע]]. דער [[ליגע פון פעלקער-ליגע]] האט באשטימט אז איטאליע איז דער אנגרייפער, און זיי האבן באשטימט ארויפצולייגן אויף איטאליע עקאנאמישע [[סאנקציעס]]. ענגלאנד און פראנקרייך זענען אבער נישט וויליג געווען זיך צו פארפרעמדן פון איטאליע, און נישט ערצווינגען די סאנקציעס.
 
==== דייטשלאנד פארגרעסערט איר הערשאפט ====
שורה 139:
 
===== דער מינכן אפמאך =====
[[טעקע:Neville Chamberlain2.jpg|left|thumbקליין|250px|[[שאמבערלעין]] פאכעט מיט דעם אפמאך צעטעלע...]]
אין סעפטעמבער 1938, האבן זיך געטראפן אין מינכען [[נעוויל טשעמבערליין]], דער ענגלישער פרעמיער מיניסטער, און [[עדווארד דאלאדיער]], דער פראנצויזישער פרעמיער אינאיינעם מיט היטלער און מוסאליני. שאמבערלעין און דאלאדיער האבן איינגעגעבן אז טשעכיי וועט זיך מוזן אנטזאגן פון דעם סודעטענלאנד כדי צופרידנצושטעלן היטלער. טשעכיי איז נישט ערלויבט געווארן זיך צו באטייליגן אין די געשפרעכן.