אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דאנאלד טראמפ"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל־אנווענדונג רעדאַקטירונג
אין תקציר עריכה
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל־אנווענדונג רעדאַקטירונג
שורה 15:
 
=== פריימערי וואלן ===
אין יולי 2015 האט ער געמאלדן אז ער לויפט צו זיין דער פרעזידענט קאנדידאט פון דער [[רעפובליקאנער פארטיי]] פאר די וואלן אין 2016. זינט דאן איז ער געווען אין צענטער פונעם פארמעסט, זייענדיג פאראויס אין רוב נאציאנאלע אנקעטעס. ער האט זיך פארמאסן אנטקעגן זעכצן אנדערע מאכטפולע קאנדידאטן, אריינגערעכנט [[בען קארסאן]] און גאווערנארס ווי [[זשעב בוש]] דער גאווערנאר פון [[פלארידע]], [[קריס קריסטי]] דער גאווערנאר פון [[ניו זשערסי]] און [[דזשאן קעסיג]] דער גאווערנאר פון [[אהייא]], און סענאטארן ווי [[טעד קרוז]] פון [[טעקסאס]] און [[מארקא רוביא]] פון [[פלארידע]]. אבער רוב פון זיי האבן זיך ארויסגעצויגן שוין אין די ערשטע פאזעס פונעם פארמעסט איינזעענדיג אז זיי האבן נישט קיין אויסזיכטן, מיטן אויסנאם פון געציילטע קאנדיטאטן ווי טעד קרוז, וועלכער האט געוואונען די וואלן אין א רייע שטאטן און איז געבליבן אינעם פארמעסט ביז כמעט צום סוף ווען עס איז קלאר געווארן אז טראַמפּ האט געוואונען די מערהייט פון די דעלעגאטן.
 
טראַמפּ האט גענאסן פון גאר אסאך קעגנערשאפט פון פאליטיקאנטן אינערהאלב די רעפובליקאנע פארטיי, זייענדיג א דרויסנדיגער מיט א לויזע און טשעפעדיגע צונג און א אפענע קריטיקירער פון פאליטישע פערזענליכקייטן. אבער נאכן אפהאלטן די פריימערי וואלן אין רוב שטאטן, אין א שווערע און היסטאריש שטורמישע פארמעסט, איז דער ביליאנער דאָנאַלד טראַמפּ דערקלערט געווארן דער פאקטישער געוואונער און איז באשטימט געווארן אלס דער רעפובליקאנער קאנדידאט פאר די פרעזידענטליכע וואלן אין 2016.