אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ביזאנטישע אימפעריע"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מאין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 10:
 
במשך דער ממשלה פון יוסטיניאן דער ערשטער (צווישן די יארן 527 און 565), האט די אימפעריע פארשפרייט צו איר גרעסטער מאָס נאך ווידעראמאל אייננעמען א גרויסן טייל פונעם מערב בארטן פונעם מיטלענדישן ים, וואס איז פריער געווען אונטער רוימישער הערשאפט, איינשליסנדיק צפון אפריקע, איטאליע, און אויך רוים, וואס זי האט געהאלטן נאך צוויי יארהונדערטער.
 
==עקאנאמיע==
די ביזאנטישע עקאנאמיע איז געווען פון די שטערקסטע עקאנאמיעס אין דעם געגנט פונעם מיטלענדישן ים דורכאויס עטלעכע יארהונדערטער. קושטא איז געווען א הויפט קנופ אין א האנדל־נעצווערק וואס האט פארשפרייט איבער אייראפע, אזיע און [[צפון אפריקע]]. טייל היסטאריקער האלטן אז ביז די אראבער זענען געקומען אינעם 7טן יארהונדערט איז די ביזאנטישע עקאנאמיע געווען די גרעסטע אין דער וועלט. אבער די אראבישע נצחונות האבן געפועלט אן אומקער אין דעם מזל פון דער אימפעריע וואס האט אנגעהויבן צו גיין אראפ. אינעם 8טן יארהונדערט האט דער קייסער [[קאנסטאנטין דער פינפטער]], וואס האט געהערשט פון 741 ביז 775, אייגעפירט רעפארעמס וואס האט געשאפן א ווידעראויפקום, וואס האט זיך געהאלטן ביז 1204. אבער ווען ס׳האט אנגעהויבן דער פערטער [[קרייצצוג]] איז די עקאנאמיע אינגאנצן איינגעזונקען.
 
 
 
== רעפערענצן ==