אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אנשי כנסת הגדולה"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
מ לינק
שורה 9:
פארהאן פארשידענע מיינונגן ווער ס'איז געווען פון די '''אנשי כנסת הגדולה''':
 
* דער [[רמב"ם]] אין זיין [[הקדמה]] שרייבט: דער בית דין פון עזרא הסופר, זיי ווערען אנגעריפן '''אנשי כנסת הגדולה''', פון זיי איז געווען, [[חגי]], [[זכריה הנביא|זכריה]], [[מלאכי]], [[דניאל]], [[חנניה]], [[מישאל]], [[עזריה]], [[נחמיה בן חכליה]], [[מרדכי בלשן]], [[זרובבל]], און נאך פיל חכמים, צוזאמען, הונדערט און צוואנציג חכמים.
 
* דער [[אברבנאל]] אין זיין [[הקדמה]] <ref>הקדמה פון ספר נחלת אבות אויף פרקי אבות</ref> שרייבט: דער גרופע וואס ווערען אנגעריפן '''אנשי כנסת הגדולה''' זענען [[חגי]], [[זכריה|זכריה הנביא|זכריה]], [[מלאכי]], [[זרובבל]], [[מרדכי בלשן]], [[עזרא]], [[יהושע בן יהוצדק]], [[שריה]], [[רעליה]], [[מספר בני]], [[רחום בענה]], [[נחמיה בן חכליה]]. די צוועלף זענען געווען די [[נשיא]]ים פון דער גרופע, וואס זיי זענען ארויף געקומען פון [[בבל]] קיין [[ירושלים]], צו זיי האט זיך באהאפטן נאך אנדערע אנפירער, צוזאמען זענען זיי געווען הונדערט און צוואנציג חכמים. [[עזרא|עזרא הסופר]] איז געווען דער אנפירער איבער אלע, און [[שמעון הצדיק]] איז געווען דער לעצטער פון די '''אנשי כנסת הגדולה'''. אויך [[דוסא בן הרכינס|רבי דוסא בן הרכינס]] וועלכער איז געווען אין דער זעלבע צייט איז געווען פון '''אנשי כנסת הגדולה'''.
:דער אברבנאל שפארט זיך מיט דעם רמב"ם, ער האלט אז [[דניאל]], [[חנניה]], [[מישאל]], [[עזריה]], זענען נישט געווען א טייל פון די '''אנשי כנסת הגדולה'''.