אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "הלל ליכטנשטיין"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
געשאפן דורך איבערזעצן דעם בלאט "הלל ליכטנשטיין"
 
תיקונים
שורה 6:
ער איז געבליבן אין גאלאנטע 13 יאר. אין דער צייט האט ער געענפט א ישיבה וואס ער האט געפירט מיט 30 תלמידים צווישן די יארן 1850-1837. ווען די רבנות שטעלע פון מארגארעטין איז געווארן ליידיג נאכדעם ווען הרב שלמה זלמן מינצענט האט פארלאזט די שטאט, האבן די פירער פון דער קהילה געוואלט באשטימען הרב יהושע אהרן צבי וויינבערגער (דער מהריא"ץ) רב. הרב וויינבערגער, אויך א חתם סופר׳ס א תלמיד, האט אפגעזאגט ווייל זיין שווער האט געבעטן זיינע איידעמעס נישט נעמען קיין רבנות שטעלע בחייו; דערפאר האט ער געפועלט אז זיין חבר, הרב ליכטנשטיין, זאל באקומען די שטעלע, און אין תר"י (1850) האט מען אים באשטימט "ראב"ד מארגארעטין והגליל" .
 
א יאר נאכהער האט מען אים געקליבן צו ווערן רב פון [[קלויזנבורג]], וואו ער איז ארויסגעשטאנען מיט זיין קעגנערשאפט צו די [[נעאלאגן]]. דאס האט געברענגט צו א ראנגל מיט אברהם פרידמן, נאכדעם וואס ער איז באשטימט געווארן הויפט רב פון [[זימבערגן]] אין קארלסבורג מטעם דער רעגירונג. הרב ליכטנשטיין האט נישט מסכים געווען ווערן אונטער זיין אויטאריטעט און האט אים חושד געווען אז ער פאלגט נאך [[אהרוןאהרן חארינער]] פון [[ארד (עיר)|אראד]].
 
אין [[ה'תר"ך|תר"ך]] ([[1860]]) איז נפטר געווארן דער רייכער שווער פון הרב וויינבערגער, וואס איז דאן געבליבן בחוסר כל. הרב ליכטנשטיין האט אין [[ה'תרכ"ב|תרכ"ב]] איבערגעגעבן צו אים דאס רבנות אין מארגארעטין און ער אליין איז אריבער צו דינען ווי רב אין [[סיקסא]] (Szikszó) אין צפון-מזרח אונגארן. אין [[ה'תרכ"ח|תרכ"ח]] ([[1868]]) איז ער באשטימט געווארן שטאטס־רב פון [[קאלאמיי]] אין  [[גאליציע]], פון דערוועגן ער ווערט ער באקאנט ווי "רבי הלל קאלומייערקאלאמייער".
 
== זיינע ספרים ==