אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "חיה מושקא שניאורסאן"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 3:
 
== לעבנסגעשיכטע ==
חיה מושקא שניאורסאן איז געבוירן געווארן כ"ה אדר תרס"א אינעם שטעטל באבינאוויטש לעבן ליובאוויטש, א טאכטער צו רבי יוסף יצחק שניאורסאהן, דער זעקסטער רבי פון חב"ד-ליובאוויטש און זיין רביצין נחמה דינה. מען האט איר געגעבן א נאמען נאך דער רביצין פונעם [[מנחם מענדל שניאורסאהן (צמח צדק)|צמח צדק]], חיה מושקא.
 
אין יאר [[ה'תרפ"ט|תרפ"ט]] ([[1928]]) האט זי חתונה געהאט צו [[מנחם מענדל שניאורסאהן]] אין  [[ווארשע]] און זיי האבן זיך געצויגן קיין [[בערלין]]. ווען די [[נאציזם|נאציס]] האבן איבערגענומען די הערשאפט זענען זיי אנטלאפן קיין [[פאריז]], און אין תש"א ([[1941]]), ווען פראנקרייך איז איינגענומען געווארן דורך די נאציס  האבן זיי זיך געראטעוועט צו די [[פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע|פאראייניקטע שטאטן]] צו איר פאטער אינעם [[קרוין הייטס]] פערטל פון [[ברוקלין]], [[ניו יארק (שטאט)|ניו יארק]]. א שטיק צייט נאך איר פאטערס פטירה האט מען באשטימט איר מאן צו פירן דאס חב"ד-ליובאוויטשער הויף.