אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ייד"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 40:
 
== אידן אין גלות ==
דאס אידישע פאלק איז געווען אין גלות דורכאויס דער גרעסטער טייל פון איר היסטאריע. זיי זענען שוין געווען אין כמעט יעדן ווינקל פון דער וועלט, און זענען היינט צושפרייט אין פילע לענדער ארום דער גארער וועלט. באלד ביים אנהויב פון דער אידישער היסטאריע, האט גאט געזאגט פאר [[אברהם אבינו]] ביי [[ברית בין הבתרים]], ''"ידע תדע כי גר יהיה זרעך בארץ לא להם"''. נאכדעם וואס [[יעקב אבינו]] האט זיך פרייוויליג אריבערגעצויגן קיין [[מצרים]] צו זיין זון [[יוסף]] צוליב דער הונגער וואס האט דאן געהערשט, האט זיך אנגעהויבן דער ערשטער גלות אין מצרים וואס האט זיך געצויגן פאר צוויי הונדערט און צען יאר. דאס האט נאכגעפאלגט יארן שפעטער מיטן גלות פון די [[עשרת השבטים]] דורך [[אשור]], נאכדעם דער גלות פון [[שבט יהודה|יהודה]] און [[שבט בנימין|בנימין]] אין [[בבל]] וואס האט ממשיך געווען ווייטער אונטער די קעניגרייכן פון פרס און מדי, ביזן לעצטן לאנגן גלות דורך די [[רוימישע אימפעריע]] וואס האט ממשיך געווען אין צענדליגע לענדער און קעניגרייכן איבער דער וועלט.
 
=== גלות פון די עשרת השבטים ===
אין יא ג'ר"ה האט [[סנחריב]] דער קעניג פון [[אשור]] טאטאל איינגענומען די גאנצע טעריטאריע פון [[מלכות ישראל]], פארטריבן די צען שבטים אונטערן נהר גוזן, און געברענגט קיין [[ארץ ישראל]] אנטשטאט זיי אנדערע פעלקער וואס ער האט דארט באזעצט. זינט דאן זענען די צען שבטים ווי פארשוואונדן געווארן פון די ארענע, זיי זענען ווי פארלוירן געווארן פון דער מאפע און האבן זיך נישט צוריקגעקערט ביזן היינטיגן טאג. נהר 'גוזן' איז א לשון פון פארגעסן, ווייל גאט האט זיי געשטראפט אז זיי זאלן פארגעסן ווערן פון דער מענטשהייט צוליב דעם וואס זיי האבן פארגעסן פון גאט.
 
און די לעצטע עטליכע הונדערט יאר זענען אפירגעקומען פארשידענע עדות און פילע טעאריעס איבערן היינטיגן אידענטיטעט און וואוינארט פון די עשרת השבטים. א טייל טעאריעס זענען אויף שבטים פון פארשידענע פארשטופטע פלעצער ווי [[אפריקע]], אויך זענען דא וואס צייכענען אן אויף געוויסע אינדיאנע שבטים אין [[אמעריקע]], אבער די מערהייט פון די עדות זענען קאנצעטרירט ארום פעלקער פון אזיע און ווייטן מזרח, וואס דאס שטימט מיט די פסוקים אז זיי זענען פארטריבן געווארן קיין 'לחלח וחבור', דאס רעכנט אריין די [[פאלאשן]] און נאך פארשידענע שבטים אין [[אינדיע]] און [[אפגאניסטאן]] און ארום. כאטש אז די מערהייט פון די באטראפענע שבטים גלייבן היינט אין [[איסלאם]], איז נאך פארט דא צו טרעפן ביי זיי פארשידענע אידישע סמנים און מנהגים, ביי געוויסע מער און ביי געוויסע ווייניגער. ווען די פאלאשן האבן אנגעהויבן קומען קיין ארץ ישראל, האט די שאלה איבער זייער ריכטיגע אידענטיטעט באקומען אויך אן [[הלכה|הלכה'דיגן]] כאראקטער, און עס האט ערוועקט חילוקי דעות אויב מען קען פאקטיש זיך פארלאזן אויף די אלע באווייזן אז זיי שטאמען טאקע פון די עשרת השבטים אדער זיי דארפן זיך געהעריג מגייר זיין.
 
=== די ענדע פונעם גלות ===
אין דער [[תורה]], ביים 'שירת האזינו'<ref>דברים לב</ref>, ווערט פאראויסגעזאגט די גאנצע אנטוויקלונג פונעם אידישן פאלק, פסוק נאך פסוק, ביזן לעצטן פסוק פונעם שירה: "''הרנינו גוים עמו כי דם עבדיו יקום ונקם ישיב לצריו וכפר אדמתו עמו''". שרייבט דארט דער [[רמב"ן]] אין דער פאלגענדער לשון:<br />
 
:,,''וזה דבר ברור כי על הגאולה העתידה יבטיח כי בבנין בית שני לא הרנינו גוים עמו רק לעגו עליהם (נחמיה ג לד) מה היהודים האמללים עושים והיו גדוליהם עבדים בהיכל מלך בבל וכולם משועבדים לו ובימים ההם לא השיב נקם לצריו ולא כפר אדמתו עמו והנה אין בשירה הזאת תנאי בתשובה ועבודה רק היא שטר עדות שנעשה הרעות ונוכל ושהוא יתברך יעשה בנו בתוכחות חימה אבל לא ישבית זכרנו וישוב ויתנחם ויפרע מן האויבים בחרבו הקשה והגדולה והחזקה ויכפר על חטאתינו למען שמו אם כן השירה הזאת הבטחה מבוארת בגאולה העתידה''."
 
== אידישע אמונה אין רעליגיע ==
גענומען פֿון "https://yi.wikipedia.org/wiki/ייד"