אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ייד"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
תיקוני
וויקילינק נאר איין מאל אין אן אפטיילונג
שורה 7:
די גרינדער פון אידישן פאלק זענען די דריי אבות, [[אברהם אבינו|אברהם]], [[יצחק אבינו|יצחק]] און [[יעקב אבינו|יעקב]], זיי ווערן באטראכט אלס די אבות און גרינדער פון אידישן פאלק. פון א געוויסן שטאנדפוקט איז אבער [[יעקב אבינו]] דער פאקטישער אנהויב פון אידישן פאלק, וויבאלד אנדערש פון [[אברהם אבינו|אברהם]] און [[יצחק אבינו|יצחק]] וועלכע האבן געהאט אויך אנדערע קינדער וואס זענען נישט א טייל פון אידישן פאלק, איז אבער [[יעקב אבינו]] געווען דער 'מבחר שבאבות' וויבאלד ער איז געווען 'מטתו שלימה' און אלע זיינע זין, די [[צוועלף שבטים]], האבן צוזאמען אויפגעשטעלט דעם אידישן פאלק. דערפאר ווערט דאס אידישע פאלק אנגערופן אין [[תנ"ך]] אויף זיין נאמען, 'יעקב', און הויפטזעכליך 'ישראל', דער נאמען וואס גאט האט אים געגעבן נאכן אויפשטעלן די [[צוועלף שבטים]], די גרינדער פון כלל ישראל. און 'ישראל' איז טאקע געבליבן דער צענטראלער און הויפט היסטארישע נאמען פון אידישן פאלק. סיי ישראל אליינס און סיי מיט פארשידענע צוגעבונגען ווי בני ישראל, עם ישראל, כלל ישראל און כנסת ישראל.
 
[[יוסף הצדיק]], דער זון פון [[יעקב אבינו|יעקב]], פארנעמט אויך א פלאץ צווישן די גרינדער פון כלל ישראל. וויבאלד ער האט געגרינדעט צוויי שבטים, [[אפרים]] און [[מנשה]], וועלכע ווערן פאררעכנט גלייך אויף גלייך מיט די אנדערע שבטים, די ברידער פון [[יוסף הצדיק|יוסף]], דעריבער איז ער אין דעם הינזיכט פונקט ווי זיין פאטער [[יעקב אבינו|יעקב]]. און נישט נאר כלפי די אייניקלעך פון [[אפרים]] און [[מנשה]], נאר אפילו אן אנדערע, פון סיי וועלכע אנדערע שבט, קען זיך דערקלערן אלס אן אפשטאמיגער פון [[יוסף הצדיק]] און עס וועט נישט פאררעכנט ווערן אלס א ליגנט<ref>תלמוד בבלי מסכת ברכות דף נה ע"ב</ref>.
 
אין יאר ב' רל"ח האט זיך [[יעקב אבינו]] מיט זיין גאנצעגאנצער פאמיליע אריבערגעצויגן פון [[כנען]] קיין [[מצרים]] וויוואו זיי האבן זיך באזעצט אינעם פראווינץ [[גושן]]. אין [[מצרים]] האט זיך די משפחה פאראייניגט נאכדעם וואס [[יוסף הצדיק|יוסף]] איז שוין דארט געווען זייט צוויי און צוואנציג יאר פריער און האט שוין געהאט דארט צוויי זין. צוזאמען זענען זיי דעמאלט געווען זיבעציג פערזאן. אין לויף פון די קומענדע יארן זענען זיי זיך צואוואקסן אויף גאר א שנעלע ראטע, פארפלייצנדיג דעם גאנצן געגנט פון [[גושן]] מיט שווערע טויזנטער, ביז אז ביי [[יציאת מצרים]], זענען זיי שוין געווען גענוג גרויס אין צאל צו קענען ווערן אנגערופן א פאלק. נאכדעם וואס [[משה רבינו]] האט זיי ארויסגעפירט פון [[מצרים]] אין יאר ב' תמ"ח האבן זיי זיך געציילט אויף אריבער זעקס הונדערט טויזנט, אריינרעכנענעדיג בלויז מענער צווישן צוואנציג און זעכציג יאר אלט.
 
אין יאר ב' תפ"ט באלד נאך וואס זיי האבן צוזאמען מיט [[משה רבינו]] באזיגט די פעלקער אויף מזרח זייט פונעם [[טייך ירדן]], האט זיי [[יהושע בן נון]] אריינגעפירט קיין [[כנען]], און איבערגענומען דאס לאנד פון די זעקס פעלקער וואס זענען אויסגערעכנט אין די [[תורה]] אז זיי האבן זיך דארט געפונען. אנגעהויבן האבן זיי מיט [[יריחו]], נאכפאלגנדיג מיט פילע אנדערע שטעט ווי זיי האבן אפגעהאלטן וואונדערליכע זיגן איינע נאך די אנדערע. ביז פערצן יאר שפעטער, אין יאר ב' תק"ג, האבן זיי שוין געהאט איינגענומען דאס מערהייט פונעם לאנד, און עס איז שוין געווען איינגעטיילט אויף צוועלף עקסטערע פראווינצן, פאר יעדן שבט זיינע אייגענע שטעט און זיין באזונדערע ווירטשאפט. צוויי און א האלב שבטים האבן זיך איינגעארדנט אויפן מזרח'דיגן זייט פונעם ירדן, און די איבעריגע ניין און האלב שבטים אויפן מערב'דיגן זייט. דאס גאנצע לאנד צוזאמען האט דאן באקומען דעם נאמען [[ארץ ישראל]].
גענומען פֿון "https://yi.wikipedia.org/wiki/ייד"