אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ישראל"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מאין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 56:
דער גרינדונג פון מדינת ישראל אין יאר [[ה'תש"ח]] איז געווען דורך יידן וואס שטאמען אממערסטנס פון [[שבט_יהודה]] און איז אויפגעשטעלט געווארן, און גרעסטן טייל, צווישן די גרעניצן פון די היסטארישע [[ארץ_ישראל]].
 
דער [[רמב"ם]] שרייבט<ref>הלכות מלכים ומלחמות פרק י"א הלכה ד</ref> אז דער פולקאמער צוריקקער און אויפבוי פון דער יידישער מלוכה אין [[ארץ ישראל]] וועט צושטאנד קומען דוקא דורך א מאן פון [[בית_דוד]] וואס וועט זיך פירן אין די וועגן פון [[דוד המלך]], דאס הייסט ער וועט דינען גאט און זיך באשעפטיגן אין [[תורה]]. טאמער וועט ער מצליח זיין אז דאס גאנצע יידישע פאלק זאל זיך פאראייניגן אונטער עם און ער וועט איינעמען ארץ ישראל און צוריקקערן 'אלע' יידן קיין ארץ ישראל און ער וועט פירן מלחמות מיט די ארומיגע פעלקער און זיי אלע באזיגן און אזוי אויך וועט ער אויפבויען דער [[בית המקדש]], דעמאלטס וועט מען וויסן אויף זיכער אז גאט האט עם אויסגעוועלט צו זיין דער ממשיך פון מלכות בית דוד. דאס אלעס איז דערווייל נאכנישט צושטאנד געקומען, דערפאר זענען גלויביגע יידן נישט איינשטימיג אז דער היינטיגער מדינת ישראל איז דער ווידער אויפבוי פון דער יידישע מלוכה אין ארץ ישראל, און זיי זאגן נאכאלץ ביים דאווענען 'ולירושלים עירך ברחמים תשוב'.
== געאגראפיע ==
ישראל געפינט זיך ביים מזרח עק פונעם [[מיטלענדישער ים|מיטלענדישן ים]], און האט גרענעצן מיט [[לבנון]] אין צפון, [[סיריע]] אין צפון־מזרח, [[ירדן]] אין מזרח און [[עגיפטן]] און דעם [[עזה פאס]] אין דרום־מערב.