אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ישראל"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ רעדאַקטירונגען פֿון 197.34.192.136 צוריקגענומען (רעדן) צו דער לעצטער ווערסיע פֿון Dexbot
אריבערגעפירט אהער פון 'מלכות יהודה', באלאנגט ענדערש דא ווי דארט
שורה 52:
== היסטאריע ==
דער באגריף [[ארץ ישראל]] ווי דאס לאנד פון די יידן גייט צוריק צו די אוראלטע צייטן. עס שטייט אין דער תורה אז הקב"ה האט צוגעזאגט דאס לאנד צו די דריי אבות, [[אברהם אבינו|אברהם]], [[יצחק אבינו|יצחק]] און [[יעקב אבינו|יעקב]].
דער ערשטער מלךקעניג פון די יידן אין ארץ ישראל איז געווען [[שאול]], אין יאר [[ב'תת"ן]] {{קליין|(בערך)}}. נאך שאול זענען האבן [[דוד המלך]] און [[שלמה המלך]] געהערשט איבער דער פאראייניגטער מלוכה. אין די טעג פון דעם מלך [[רחבעם]], זון פון שלמה המלך, האט זיך די מלוכה צעשיידט: רחבעם איז געבליבן מלך איבער דעם לאנד פון[[מלכות יהודה]], (וואס האט איינגעשלאסן די טעריטאריעס פון די שבטים יהודה און בנימין, און [[ירבעם בן נבט]] האט געהערשט איבערן לאנדניי געגרינדעטע [[מלכות ישראל]], וואס האט איינגעשלאסן די טעריטאריעס פון די אנדערע שבטים, וואס מען רופט די "צען שבטים".
 
דער גרינדונג פון מדינת ישראל אין יאר [[ה'תש"ח]] איז געווען דורך יידן וואס שטאמען אממערסטנס פון [[שבט_יהודה]] און איז אויפגעשטעלט געווארן, און גרעסטן טייל, צווישן די גרעניצן פון די היסטארישע [[ארץ_ישראל]].
 
דער [[רמב"ם]] שרייבט אז דער פולקאמער צוריקקער און אויפבוי פון דער יידישער מלוכה אין [[ארץ ישראל]] וועט צושטאנד קומען דוקא דורך א מאן פון [[בית_דוד]] וואס וועט זיך פירן אין די וועגן פון [[דוד המלך]], דאס הייסט ער וועט דינען גאט און זיך באשעפטיגן אין [[תורה]]. טאמער וועט ער מצליח זיין אז דאס גאנצע יידישע פאלק זאל זיך פאראייניגן אונטער עם און ער וועט מצליח זיין צו איינעמען ארץ ישראל און צוריקקערן אלע יידן קיין ארץ ישראל און ער וועט פירן מלחמות מיט די ארומיגע פעלקער און זיי באזיגן, דעמאלטס וועט מען וויסן אויף זיכער אז גאט האט עם אויסגעוועלט צו זיין דער ממשיך פון מלכות בית דוד. דאס אלעס איז דערווייל נאכנישט צושטאנד געקומען, דערפאר זענען גלויביגע יידן נישט איינשטימיג אז דער היינטיגער מדינת ישראל איז דער ווידער אויפבוי פון דער יידישע מלוכה אין ארץ ישראל, און זיי זאגן נאכאלץ ביים דאווענען 'ולירושלים עירך ברחמים תשוב'. אזוי אויך איז דער דריטער [[בית המקדש]] נישט אויפגעבויעט און מען האט נישט געשטעלט קיין [[סנהדרין]].
== געאגראפיע ==
ישראל געפינט זיך ביים מזרח עק פונעם [[מיטלענדישער ים|מיטלענדישן ים]], און האט גרענעצן מיט [[לבנון]] אין צפון, [[סיריע]] אין צפון־מזרח, [[ירדן]] אין מזרח און [[עגיפטן]] און דעם [[עזה פאס]] אין דרום־מערב.