אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שניאור קאטלער"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
משפחה
שורה 21:
 
==לעבנסגעשיכטע==
שניאור קאטלער איז געבוירן געווארן אין [[סלוצק]], [[ליטע]], אין תרע"ח, צו זיין פאטער הרב [[אהרן קאטלער]] און זיין מוטער חיהחנה פייגאפערל, א טאכטער פון הרב [[איסר זלמן מעלצער]], שטאטס רב און ראש ישיבה. זיין פאטער איז געווען א [[מגיד שיעור]] אין דער בישיבה.
 
ווען ער איז געווען אלט 23 איז ער געווארן א חתן אין [[קאוונע]] צו רישל, טאכטער פון הרב אריה מלכיאל פרידמאן. צוליב דער מלחמה וואס איז דעמאלסט אויסגעבראכן איז ער אנטלאפן פון ליטע קיין [[ארץ ישראל]], צו לערנען אין דער [[ישיבת חברון|חברונער]] ישיבה. ער איז געבליבן זיבן יאר אין ארץ ישראל. אין יענע יארן האט ער געלערנט מיט זיין זיידן, הרב [[איסר זלמן מעלצער]], וואס איז געווען ראש ישיבה פון דער [[עץ חיים|עץ חיים ישיבה]] אין [[ירושלים]], און מיטן [[יצחק זאב הלוי סאלאווייטשיק|בריסקער רב]]. זיין כלה רישל איז אנגעקומען אין [[שאנכיי]]. ווען די פליטים אין שאנכיי האבן באקומען וויזעס פאר די [[פאראייניגטע שטאטן]], איז אויך רישל אנגעקומען דארט, וואו זיי האבן חתונה געהאט.
 
==משפחה==
רבי שניאור און זיין ווייב רישל (תרפ"ג - ב' אב תשע"ה){{הערה|[http://www.vosizneias.com/209813/2015/07/19/new-jersey-lakewood-streets-overflow-with-mourners-at-funeral-for-rebbetzin-kotler/ לוויה פון רביצין רישל קאטלער אין לייקוואוד]}} האבן געהאט אכט קינדער:
* רבי [[אריה מלכיאל קאטלער]], ראש ישיבה אין בית מדרש גבוה
* רבי אהרן קאטלער, מנהל פון בית מדרש גבוה
* רבי שרגא קאטלער, פון דער הנהלה פון בית מדרש גבוה
* רבי איסר זלמן קאטלער
* מרת שרה יהודית, ווייב פון רבי [[דוד שוסטאל]], ראש ישיבה אין בית מדרש גבוה
* מרת בתשבע קרופעניע
* מרת אסתר רייך
* מרת ביילא הינדא ריבנער
 
==רעפערענצן==
{{רעפליסטע}}
 
{{גרונטסארטיר:קאטלער, שניאור}}