אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דעלאטין"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ Bot: Migrating 7 interwiki links, now provided by Wikidata on d:q1184359 (translate me)
אין תקציר עריכה
שורה 18:
עס האט זיך געפינען אין דעלאטין אסאך קלויזן פון פארשידענע קרייזן, אבער רוב רובו פון שטעטל זענען געווען [[זידיטשוב (הויף)|זידיטשויווער]] חסידים, ממילא האבן זיי אויפגענומען פארן שטאטס רב רבי נפתלי עהרליך, וואס ער איז געווען אן אייניקל פונעם עטרת צבי, און ער האט געדינט אלס שטאטס רב פאר כמעט א יובל יארן ביז ממש דעם ביטערן חורבן.
 
דער דעלאטינער רב זצ"ל איז נסתלק געווארן ה' שבט תש"א, אבער עס איז שוין גרויסע צרות דאן אין שטעטל, האבן די חברה קדישא געמוזט אים באהאלטן אין ביה"ח אינמיטן דער נאכט אין די פינסטערניש, ווי די ימ"ש זאלן נישט מערקן וואס קימט פאר, ווי אויך איז אנוועזענד געוועהןגעווען זיין זוהן הרה"צ שלמה יעקב זצ"ל, וואס איז צירוקגעקומען נאכן קריג לייגען אן אנדענק פארן גרויסן פאטער, אבער האט זיך בשום אופן נישט געקענט דערמאנען דעם גענויעם מקום מנוחתו.
 
דעלאטין איז ווי אלע גרויסע שטעט פארן קריג אנגעהויבן אריינבלאזן פרייע ווינטן אבער דער רב איז געשטאנען פעלזן פעסט און געקריגט מיט זיי טריט און שריט.
שורה 24:
היינט ציטאג איז ליידער נישט געבליבן קיין זכר פון אידישקייט אין שטאט, אחוץ די גרויסע אידישער בית החיים ווי אויווען דערמאנט, אין א פלא אז די דייטשען האבען דאס נישט חרוב געמאכט (קאן זיין ווייל עס איז ביים עק פון שטאט אויף א הויכען בארג האבען זיי נישט באמערק, עכ"פ כך גזרו יתברך שמו אז עס זאל נישט געטשעפעט ווערן).
 
בערל נחום לינדנבערג פון אר"י א יליד דעלאטין און א תלמיד פונעם רב'ס ישיבה אין דעלאטין איז אהין געפארן מיט יארן צוריק, און פרובירט ציצו טרעפן עפעס איבערבלייבענישןאיבערבלעבענישן פון אמאל, און באוויינט ביטער וואס פאר א חורבן ער האט דארט געפונען (זיין זון ווילי לינדווער, א פילם פראדוצירער, איז מיטגעפארן און דאן פארפאסט דעם פילם ''צוריק אין מיין שטעטל דעלאטין'' (''Return to My Shtetl Delatyn'') ווי ער האט פארקויפט הונדערעטער עקזעמפלארן ביז עס איז אויסגעגאנגען).<ref>[http://www.willylindwer.com/library/return_to_my_shtetl_delatyn.htm ווילי לינדווער וועבזייטל]</ref>
 
אין תחילת תש"ך יארן איז פארגעקומען א גרויסע קאנווענטשן פון ילידי דעלאטין, איבערשמועסן זכרונות פון אמאל און זיך רי-יונייטען, אבער דאס האט זיך נישט אויסגעארבעט.