אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "טערקיי"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 65:
 
טערקיי באדעקט א שטח פון 780,580 קוואדראט ק"מ. טערקיי האט לאנד גרענעצן וואס זענען לאנג 2,627 [[ק"מ]] מיט 8 לענדער: [[בולגאריע]] (240 ק"מ), [[גרוזיע]] (252 ק"מ), [[ארמעניע]] (268 ק"מ), [[אזערביידזשאן]] (9 ק"מ), [[איראן]] (499 ק"מ), [[איראק]] (331 ק"מ), [[סיריע]] (822 ק"מ) און [[גריכנלאנד]] (206 ק"מ). די ים גרענעצן זענען לאנג 7,200 ק"מ אויפן [[שווארצער ים|שווארצן ים]], ים פון מארמארא, [[אגאישער ים|אגאישן ים]] און [[מיטלענדישער ים|מיטלענדישן ים]].
 
אזיאטישער טערקיי איז מערסטנס בארגיש, אבער אין אייראפעישן טערקיי זענען נאר דא בערגלעך. דער העכסטער פונקט אין טערקיי איז דער שפיץ פון [[בארג אררט]] וואס איז הויך 5,166 מעטער. אומגעפער 85% פונעם לאנד איז העכער פון 450 מעטער. אין צפון פון לאנד פאראלעל צום שווארצן ים שפרייטן זיך די [[פאנטוס בערג]], און אין דרום פון לאנד פאראלעל צום מיטלענדישן ים שפרייטן זיך די [[טאורוס בערג]].
 
טערקיי איז א לאנד רייך אין וואסער; ער האט 1,200 ק"מ פון [[טייך|טייכן]], וואס די לענגסטע און וויכטיקסטע פון זיי זענען די [[פרת]], [[חידקל]] און [[קיזילירמארק]] טייכן.
 
== רעגירונג ==