אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "נחמן מברסלב"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
←‏זיין יוגנט: Fixed typo, Fixed grammar
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל־אנווענדונג רעדאַקטירונג
שורה 2:
 
== זיין יוגנט ==
רבי נחמן איז געבוירן אין [[מעזשביזש]] ראש חודש ניסן שבת קודש פרשת תזריע [[פרשת החודש]] אין יאר [[ה'תקל"ב]]. זיין מוטער [[פייגא דאס אייניקל פון בעש"ט|פייגא]] איז געווען די טאכטער פון אדל, דערדי טאכטער פון [[בעש"ט]]. זיין פאטער ר' שמחה איז געווען א זון פון ר' [[נחמן האראדענקער]], א תלמיד פון [[בעש"ט]], נאך וועמען ער האט געהייסן.
 
ווען דער בעל שם טוב איז נפטר געווארן איז זיין הויז אריבער צו זיין טאכטער אדל. זי האט עס געגעבן פאר איר טאכטער פייגא וואס האט דארט געוואוינט מיט איהר מאן, אין דעם הויז איז געבוירן איהר קינד ר' נחמן.
 
אין דעם הויז וואו דער בעל שם טוב האט געוואוינט פלעגן צוזאמעםזיך צוזאמען קומען די תלמידים פונעם בעל שם טוב נאך זיין פטירה, ווייל אסאך פון זיי פלעגן זיך קומען משטתח זיין אין מעזשביזש אויפן קבר פון בעש"ט, פלעגן זיי איינשטיין אין דעם הויז פון פייגא און ר' שמחה, זיי פלעגן דארט איבערפארציילן וואונדערליכע עבודות ה' פון זייער רבי'ן דער בעש"ט, זיין ליבשאפט צו גאט און זיינע וועגן, דער קליינער נחמן וואס איז געווען גאר יונג האט זיך צוגעהערט צו זייערע רייד, און עס איז אים גוט אריין אין די ביינער, און האט אפגעמאכט ער גייט אים נאכמאכן, ר' נחמן האט שפעטער געזאגט (ליקו"מ ח"א סי' רמ"ח) אז זיין עיקר התעוררות צו עבודת ה' איז געקומען פון די שמועסן.
 
ביי די זעקס יאר האט ער מחליט געווען ער וועט זיך אפשיידן אינגאנצן פון דער וועלט, און האט אנגעהויבן זיין עבודה, ער פלעגט ארבעטן אויף תאוות אכילה, ער האט נישט געוואלט פילן דעם טעם פון עסן האט ער געשלינגען גאנצע שטיקער און נישט געלאזט צוקומען דעם טעם צו זיינע גומען, ביז זיין האלדז איז געשוואלן געווארן.