אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ישראל"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 75:
 
היינט ישראל ווערט פאררעכנט אלס די מערסט פארטגעשריטנע לאנד אין דרום־מזרח אזיע, אין דעם געביט פון עקאנאמישער און אינדוסטריעלער אנטוויקלונג, און פון די מערסט פארטגעשריטנע אויפן וועלט. אום 10טן מיי 2010 האט די [[ארגאניזאציע פאר עקאנאמישע קאאפעראציע און אנטוויקלונג]] פארבעטן ישראל צו ווערן א מיטגליד, אינאיינעם מיט [[עסטלאנד]] און [[סלאוועניע]].
 
ישראל האט ווייניג נאטירלעכע רעסורסן, וואס ווערן אבער געניצט אין זיין אינדוסטריע. מען גראבט אויס [[בראם]], [[קאליום]], [[שוועבל]] און [[פאספאט]], און אויך [[נאטירלעכע גאז]] וואס מ'האט אנטפלעקט אין גרויסע קוואנטיטעטן אין 2009 קעגן די בארטנס פון [[חיפה]] און [[חדרה]], זייט ווען איז ישראל א פראדוצירער פון נאטירלעכע גאז.
 
צוליב די ווייניגע נאטירלעכע רעסורסן, איז א גרויסער פון ישראל'ס עקאנאמיע געבויט אויף מענטשלעכע רעסורסן, ווי למשל [[היי טעק]], מעדיצינישע טעכנאלאגיע און מיליטערישע טעכנאלאגיע, וואס זענען א גרויסער טייל פונעם אינדוסטריעלן עקספארט.
 
 
=== טראנספארט ===