אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "הגדה של פסח"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ Bot: Migrating 25 interwiki links, now provided by Wikidata on d:q623354 (translate me)
האבען --> האבן
שורה 10:
 
== הא לחמא עניא ==
אין דער צייט ווען די יודן זענען געווען אין [[גלות בבל]], האט מען זיך געפירט אז ערב פסח נאכמיטאג האט מען אויסגערופן אין די גאסן אז דער וואס האט נישט קיין געלט קען קומען אין די הייזער פון די "עשירים" צו עסען די סעודת יו"ט. כדי זיי נישט צו פארשעמען אז זיי גייען סתם עסען ביי א צווייטע מענטש האט מען אויסגערופען אז מען זאל גיין מקיים זיין די מצוה פון עסען מצה ביי א צווייטען, און אזוי וועט נישט אויסזעהן ווי זיי גייען סתם עסען, נאר זיי גייען מקיים זיין עפעס א מצוה. ווען מען איז צוריק קיין [[ירושלים]] האט מען ווייטער אנגעהאלטעןאנגעהאלטן מיט דידעם שיינעשיינעם מנהג נאר מען האט צוגעלייגט אז מען קען אויך מקיים זיין די מצוה פון זיך ממנה זיין צו א "קרבן פסח". דערפאר זאגן מיר דעם "הא לחמא עניא" כדי צו געדענקען דעם שיינעם מנהג:
 
הֵא לַחְמָא עַנְיָא דאס איז די ארימע ברויט דִּי אֲכָלוּ אַבְהָתָנָא וואס אונזערע עלטערען האבן געגעסן בְּאַרְעָא דְמִצְרָיִם אין דעם לאנד [[מצרים]]. און פון דעמאלס אהן זענען מיר מחוייב צו עסען מצה, און דערפאר כָּל דִּכְפִין יעדער וואס איז הונגעריג יֵיתֵי וְיֵכוֹל זאל קומען און עסען מצה און ווי אויך די סעודת יום טוב. ווען זיי זענען צוריק קיין ארץ ישראל האבן זיי צוגעלייגט אז כָּל דִּצְרִיךְ יֵיתֵי וְיִפְסַח דער וואס וויל זיך ממנה זיין קען זיך ממנה זיין מיט אונזער קרבן פסח, און קומען עסעןעסן, ווען זיי זענען נאך געווען אין גלות בבל האבן זיי געזאגט הָשַּׁתָּא הָכָא, יעצט זענען מיר דא אין גלות בבל, אבער לְשָׁנָה הַבָּאָה מיר האפן מיר אז אין די קומענדיגע יאהר וועלען מיר זיין בְּאַרְעָא דְיִשְׂרָאֵל. אין דידעם לאנד ארץ ישראל, ווען זיי זענען אנגעקומען צואין ארץ ישראל האבן זיי געזאגט, הָשַּׁתָּא עַבְדֵי, יעצט זענען מיר נאך קנעכט פאר די מלכי פרס ויון, אבער מיר האפן אז לְשָׁנָה הַבָּאָה אין די קומענדיגע יאהר וועלען מיר זיין בְּנֵי חוֹרִין אינגאנצען פריי:
 
 
שורה 22:
מַה נִּשְׁתַּנָּה הַלַּיְלָה הַזֶּה מִכָּל הַלֵּילוֹת: פארוואס איז אנדערש די נאכט פון פסח פון אלע אנדערע נעכט פון א גאנץ יאהר, וואס מיר טוען דאך פארשידענע ענדערונגען וואס זענען זיך סותר, צוויי זאכען טוען מיר וואס ווייזען עבדות און אנדערע צוויי זאכען טוען מיר וואס ווייזען אויף פרייהיייט, דער ערשטער קשיא איז: שֶׁבְּכָל הַלֵּילוֹת אָנוּ אוֹכְלִין חָמֵץ וּמַצָּה. אלע אנדערע נעכט פון א גאנץ יאהר עסען מיר אדער חמץ אדער מצה הַלַּיְלָה הַזֶּה כֻּלּוֹ מַצָּה: אבער די נאכט פון פסח עסען מיר נאר מצה, און מצה ווייזט דאך אויף ארימקייט, דער צווייטער קשיא איז: שֶׁבְּכָל הַלֵּילוֹת אָנוּ אוֹכְלִין שְׁאָר יְרָקוֹת אלע אנדערע נעכט פון א גאנץ יאהר עסען מיר אלע ערליי גרינצייגען הַלַּיְלָה הַזֶּה מָרוֹר אבער די נאכט פון פסח עסען מיר מרור, וואס דאס ווייזט דאך אויף עבדות. טרעפען מיר דערווייל צוויי זאכען וואס מיר טוען וואס ווייזען אויף עבדות, דער דריטע קשיא איז: שֶׁבְּכָל הַלֵּילוֹת אֵין אָנוּ מַטְבִּילִין אֲפִילוּ פַּעַם אֶחָת. אלע אנדערע נעכט פון א גאנץ יאהר טונקען מיר נישט איין אפילו איין מאהל הַלַּיְלָה הַזֶּה שְׁתֵּי פְעָמִים: אבער די נאכט פון פסח טונקען מיר איין צוויי מאהל, איין מאהל כרפס אין זאלץ וואסער, אוין איין מאהל מרור (גרינס פון חריין) אין חרוסת, קומט דאך אויס אז מיר טוען דא א זאך וואס ווייזט אויף פרייהייט, דער פערטע קשיא איז: שֶׁבְּכָל הַלֵּילוֹת אָנוּ אוֹכְלִין בֵּין יוֹשְׁבִין וּבֵין מְסֻבִּין. אלע אנדערע נעכט פון א גאנץ יאהר עסען מיר סיי זיצענדיג און סיי אנגעלענט הַלַּיְלָה הַזֶּה כֻּלָּנוּ מְסֻבִּין אבער די נאכט פון פסח עסען מיר אלע אנגעלענטהייט קומט דאך אויס אז מיר טוען שוין ווייטער א זאך וואס ווייזט אויף פרייהייט? איז וואס טוט זיך דא, זענען מיר קנעכט אדער זענען מיר פריי?
 
הקדמה: די אלע קשיות וואס מיר האבעןהאבן געפרעגט אז מיר טרעפען די נאכט סתירות, וועלען ווערען באלד פארענפערט מיט די ערשטע פאהר ווערטער פון עבדים היינו, קודם זענען מיר געווען קנעכט אין מצרים און דערפאר טוען מיר זאכען וואס ווייזען עבדות, אבער נאכדעם האט דער אייבעשטער אונז ארויס גענועמן פון מצרים מיט גרויסע ניסים און נישט בדרך הטבע וועגען דעם טוען מיר זאכען וואס ווייזען אויף חירות:
 
 
שורה 67:
הקדמה: יעצט האט מען שוין מברר געווען אויך דעם זמן הסיפור מן התורה, יעצט גייט דער בעל ההגדה אנהייבן מיט די עצם סיפור פון יציאת מצרים. דער בעל ההגדה האט געטראכט אז עס איז זייער וויכטיג אנצוהייבן דער דערציילונג פון נאך איידער עס איז געווען נצנצה דער אמונה בה' דורך אברהם אבינו ע"ה און אזוי ממשיך זיין דעם סיפור פון יציאת מצרים און קבלת התורה ווי די יודן האבן זוכה געווען צו זיין די "עם סגולה" ווייל ווען מען וועט זעהן די דראסטישע פארקערטקייטען פון צו האבן געווען עובדי עבודה זרה, און ווערן דערנאך דעם "עם הנבחר" וועט מעורר זיין א געוואלדיגע התפעלות אינעם הארץ פון דעם מענטש. וויבאלד צו פארציילען דעם סיפור פון די פסוקים אין די תורה וואלט דאס דאך געווען זייער לאנג האט דער בעל ההגדה אויסגעטראפען פסוקים אין ספר יהושע, אויך אין די פרשת הביכורים וואס טוען דערמאנען די אלע פאסירונגען בקיצור, און אלץ א הקדמה פון די גאנצע פאסירונג, האט דער בעל הגדה קודם געזאגט די תמצית פון די גאנצע פאסירונג מיט געציילטע ווערטער און זיי זענען ווי פאלגענד:
 
מִתְּחִלָּה אין אנהייב פון די המשך הדורות פון ווי כלל ישראל שטאמען: עוֹבְדֵי עֲבוֹדָה זָרָה הָיוּ אֲבוֹתֵינוּ. זענען אונזערע עלטערען געדינט עבודה זרה וְעַכְשָׁיו קֵרְבָנוּ הַמָּקוֹם לַעֲבוֹדָתוֹ. און יעצט נאך יציאת מצרים און קבלת התורה האט אונז דער אייבערשטער דערנענטערט צו זיין דינסט. פון דא זעהן מיר קודם די צוויי עקן פון דעם סיפור בקיצור. יעצט גייט דער בעל ההגדה אנהייבן באריכות און ער הייבט אהן מיט די פסוק אין ספר יהושע (כד-ב) שֶׁנֶּאֱמַר: אזוי ווי עס שטייט אין פסוק: וַיֹּאמֶר יְהוֹשֻׁעַ אֶל כָּל הָעָם. און יהושע האט געזאגט צום גאנצען יודישען פאלק כֹּה אָמַר יְיָ אֱלֹהֵי יִשְׂרָאֵל, אזוי האט דער אייבערשטער דער גאט פון די יודן געזאגט: בְּעֵבֶר הַנָּהָר יָשְׁבוּ אֲבוֹתֵיכֶם מֵעוֹלָם, און דער אנדערע זייט פון נהר פרת האבעןהאבן אייערע עלטערען פון אייביג אהן געוואוינט תֶּרַח אֲבִי אַבְרָהָם וַאֲבִי נָחוֹר. תרח דער טאטע פון אברהם און נחור, וַיַּעַבְדוּ אֱלֹהִים אֲחֵרִים: זיי האבעןהאבן דארט געדינט פרעמדע אפגעטער וָאֶקַּח אֶת אֲבִיכֶם אֶת אַבְרָהָם מֵעֵבֶר הַנָּהָר, איך האב גענומען אייער טאטע אברהם פון די אנדערע זייט נהר פרת, אזוי ווי עס שטייט "לך לך מארצך וגו'", וָאוֹלֵךְ אוֹתוֹ בְּכָל אֶרֶץ כְּנָעַן. און איך האב איהם געפירט און דעם לאנד כנען, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק "קום התהלך בארץ וגו'", וָאַרְבֶּה אֶת זַרְעוֹ, און איך האב געמערט זיינע קינדער ישמעאל און בני קטורה וָאֶתֶּן לוֹ אֶת יִצְחָק: און איך האב איהם געגעבן יצחק וואס ווערט נישט אריינגערעכנט מיט די אנדערע קינדער די בני ישמעאל און די בני קטורה, ווייל ער איז דער עיקר קינד. וָאֶתֵּן לְיִצְחָק אֶת יַעֲקֹב וְאֶת עֵשָׂו. און איך האב געגעבן צו יצחק, יעקב און עשו, און יעקב איז דער וואס האט ממשיך געווען די קייטעל פון די הייליגע אבות, צו מקבל זיין די הבטחות וואס איך האב צוגעזאגט צו אברהם און יצחק. פארוואס האט יעקב זוכה געווען צו דאס? דאס איז געווען ווייל: וָאֶתֵּן לְעֵשָׂו אֶת הַר שֵׂעִיר, איך האב דאך געגעבען צו עשו דער הר שעיר און נישט ארץ ישראל כדי אז לָרֶשֶׁת אוֹתוֹ ער זאל קענען גלייך ירש'נען א לאנד, ווי מיר געדענקען אין רש"י ווי רש"י זאגט אז מען האט געגעבן דעם ברירה פאר עשו צו באקומען ארץ ישראל, בתנאי אז ער וועט האבעןהאבן גלות (ארץ ישראל נקנין ביסורים) האט עשו געזאגט: "איך דארף נישט ארץ ישראל און איך דארף נישט זיינע יסורים", און דערפאר איז געווען אז: וְיַעֲקֹב וּבָנָיו יָרְדוּ מִצְרָיִם: יעקב אין זיינע קינדער וואס גייען יא באקומען ארץ ישראל, האבן גענידערט קיין מצרים, כדי אז עס זאל קענען מקיום ווערען דעם פסוק פון כי גר יהיה זרעך בארץ לא להם וגו'.
 
הקדמה: כאטש אין די פריערדיגע פסוקים שטייען דאך שוין דעם גאנצען פאסירונג וואס איז געווען ביז מען האט גענידערט קיין מצרים, דאך פעלט דער עיקר און דאס איז די "ברית בין הבתרים" און דער הבטחה אז "וגם את הגוי אשר יעבודו דן אנכי", דערפאר ברינגט דאס דער בעל ההגדה דא. וויבאלד ער גייט יעצט רעדן וועגען דעם הבטחה וואס דער אייבערשטער האט צוגעזאגט און נאכדעם מקיים געווען הייבט דער בעל ההגדה אהן קודם מיט א שבח צום אייבערשטען און דערפאר זאגען מיר:
שורה 83:
וַיֵּרֶד מִצְרַיְמָה, דאס אז מען האט גענידערט קיין מצרים דאס איז געווען אָנוּס עַל פִּי הַדִּבּוּר געצווינגען דורך די רייד פונ'ם אייבערשטען, (דאס איז נישט קיין דרש, נאר דער בעל ההגדה האט געזאגט ווי אזוי עס איז צוגעגאנגען)
 
וַיָּגָר שָׁם וויבאלד עס שטייט נאנט "וירד מצרימה" צו "ויגר שם" מְלַמֵּד פון דעם לערנען מיר ארויס אז שֶׁלֹּא יָרַד יַעֲקֹב אָבִינוּ לְהִשְׁתַּקֵעַ בְּמִצְרַיִם, אֶלָּא לָגוּר שָׁם, יעקב אבינו האט נישט גענידערט קיין מצרים אויף דעם חשבון דארט צו וואוינען נאר ער האט גענידערט קיין מצרים אויפן שטייגר פון א "גר" וואס שפירט נישט אז דאס איז זיין פלאץ, נאר ער גייט באלד פון דארט אוועקגיין, מען וואלט אבער געקענט מיינן און מאכען א טעות אז דער ווארט "לגור", מיינט "וואינען" און נישט "זיין א פרעמדע" דערפאר ברענגט דער בעל ההגדה א ראי' פון אן אנדערען פסוק שֶׁנֶּאֱמַר: אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (בראשית מז-ד) וַיֹּאמְרוּ אֶל פַּרְעֹה, און די שבטים האבעןהאבן געזאגט צו פרעה לָגוּר בָּאָרֶץ בָּאנוּ, מיר זענען געקומען קיין מצרים אויף א צייטווייליגער שטייגער, כִּי אֵין מִרְעֶה לַצֹּאן אֲשֶׁר לַעֲבָדֶיךָ, נאר דערווייל ווייל עס איז נישט דא קיין פאשע אין דעם לאנד כנען פאר אונזערע שאף כִּי כָבֵד הָרָעָב בְּאֶרֶץ כְּנָעַן, ווייל די הינגער איז זייער שווער, און מיר האבעןהאבן נישט געקענט דארט בלייבען, זענען מיר דא אהער געקומען אויף א צייטווייליגקייט, ביז דער הונגער וועט אריבער גיין. וְעַתָּה, יֵשְׁבוּ נָא עֲבָדֶיךָ בְּאֶרֶץ גֹּשֶן און יעצט פאר דעם קארצען תקופה ווילען מיר זיך באזעהן אין דעם לאנד גושן. פון דא זעהן מיר אז ווען עס שטייט "וירד מצרימה" און די תורה לייגט צו "ויגר שם" דאס קומט נאר צולייגען אז דער "וירד" איז געווען מיטען חשבון "לגור" אויף א קארצער צייט.
 
בִּמְתֵי מְעָט. מיט ווייניג מענטשען האט מען גענידערט קיין מצרים, כְּמָה שֶּׁנֶּאֱמַר אזוי ווי מיר טרעפען אין אן אנדערען פסוק באריכות: בְּשִׁבְעִים נֶפֶשׁ, יָרְדוּ אֲבֹתֶיךָ מִצְרָיְמָה. מיט זיבעציג נפשות האבעןהאבן אונזערע עלטערען גענידערט קיין מצרים, וְעַתָּה, שָׂמְךָ יְיָ אֱלֹהֶיךָ, כְּכוֹכְבֵי הַשָּׁמַיִם לָרֹב. און יעצט נאך יציאת מצרים האט דער אייבערשטער אונז געמאכט אזוי ווי די שטערן פון די הימל וואס איז פיל.
 
וַיְהִי שָׁם לְגוֹי. וויבאלד עס שטייט נאך א מאל אין פסוק "שם", עס שטייט דאך שוין פריער "ויגר שם", וואלט דאך געקענט שטיין ויהי לגוי" מְלַמֵּד לערנט מען פון דעם ארויס פון דעם ווארט "שם" שֶׁהָיוּ יִשְׂרָאֵל מְצֻיָּנִים שָׁם: מען האט געקענט דערקענען ווער עס איז א יוד, דאס מיינט אז מיר האבעןהאבן זיך נישט אויסגעמישט מיט די גוים, כאטש מיר זענען דארט געווען אזא לאנגע תקופה, און דאס לערנט מען ארויס פון דעם ווארט "שם" דאס הייסט אז יעדער האט געקענט אנווייזען "שם" דארט גייט א יוד.
 
גָּדוֹל עָצוּם, גדול מיינט אסאך מענטשען, און עצום מיינט שטארק, כְּמָה שֶּׁנֶּאֱמַר אזוי ווי עס שטייט אין אן אנדערען פסוק מער באריכות: (שמות א-ז) וּבְנֵי יִשְׂרָאֵל, פָּרוּ וַיִּשְׁרְצוּ, וַיִּרְבּוּ און די יודן האבן זיך זייער געמערט, וויבאלד דער פסוק שטייט דריי לשונות "פרו וישרצו וירבו" מיינט דאס זייער אסאך געמערט, און חוץ דעם איז אויך געווען: וַיַּעַצְמוּ, זיי האבן זיך געשטארקט מיט כח. בִּמְאֹד מְאֹד, זייער אסאך וַתִּמָּלֵא הָאָרֶץ אֹתָם: און דער ערד איז געווארען פיל מיט זיי.
 
וָרָב. דאס מיינט אז די יודן האבעןהאבן געהאט זייער אסאך קינדער אויף איין מאהל כְּמָה שֶּׁנֶּאֱמַר: אזוי ווי עס שטייט אין אן אנדערען פסוק מער באריכות (יחזקאל טז-ז) רְבָבָה כְּצֶמַח הַשָּׂדֶה נְתַתִּיךְ, צענדליגע טויזענטער אזוי ווי דער וואקסונג פון פעלד האב איך געמאכט די יודן וַתִּרְבִּי, וַתִּגְדְּלִי, וַתָּבֹאִי בַּעֲדִי עֲדָיִים און זיי האבן זיך געמערט מיט גרויסקייט און הויכקייט.
 
ביז אהער ענדיגט זיך די ראי' פון ספר יחזקאל, אבער כדי נישט צו ענדיגען אינמיטען א פסוק ענדיגט מען דעם פסוק וואס דארט שטייט ווייטער שָׁדַיִם נָכֹנוּ, עס איז שוין געקומען די צייט אז מען זאל זיי באצירען מיט צירונגען, דאס מיינט אז זיי זענען שוין געווען גרייט מיט אלע באדערפענישען וּשְׂעָרֵךְ צִמֵּחַ, און די האר איז שוין געווען באוואקסען, די אלע לשונות זענען בדרך משל אז די יודען זענען שוין געווען גרייט ארויסצוגיין פון מצרים, ווייל עס איז שוין געקומען דער צייט פון די גאולה ארויסצוגיין פון די גלות מצרים, אז מיר זאלן שוין קענען ווערען דעם "עם סגולה" אבער וְאַתְּ עֵרֹם וְעֶרְיָה: און איר זענט אבער געווען ליידיג פון מצוות, און איר האט נישט געהאט קיין זכותים צו קענען ארויסגיין פון מצרים. דא ענדיגט זיך דער פסוק פון יחזקאל, אבער וויבאלד ער האט שוין געזאגט אז די יודן זענען געווען ליידיג פון מצוות, גייט דער בעל ההגדה צוריק א פסוק פריער אין יחזקאל (יחזקאל טז-ו) ווי חז"ל דרש'ענען פון יענעם פסוק, אז דער אייבערשטער האט זיי געגעבען צוויי מצוות "דם פסח און דם מילה", כדי אז זיי זאלען האבן א זכות צו קענען ווערען אויסגעלייזט, ווי עס שטייט דארט אין פסוק וָאֶעֱבֹר עָלַיִךְ ווען איך בין אריבער געגאנגען אין מצרים צו שלאגען די בכורים פון די מצריים וָאֶרְאֵךְ מִתְבּוֹסֶסֶת בְּדָמָיִךְ האב איך געזעהן ווי איר זענט פארשמירט מיט צוויי בלוטען, "דם פסח און דם מילה" וָאֹמַר לָךְ האב איך געזאגט צו אייך בְּדָמַיִךְ חֲיִי וועגן דם פסח וועט איר ווערן אויסגעלייזט וָאֹמַר לָךְ און איך האב געזאגט צו אייך בְּדָמַיִךְ חֲיִי וועגען דם מילה וועט איר ווערן אויסגעלייזט:
 
הקדמה: מיט דעם האבעןהאבן מיר געענדיגט דעם דרש פון דעם פסוק, יעצט גייט דער בעל ההגדה דרש'ענען דעם נעקסטען פסוק.
 
וַיָּרֵעוּ אֹתָנוּ הַמִּצְרִים וַיְעַנּוּנוּ. וַיִּתְּנוּ עָלֵינוּ עֲבֹדָה קָשָׁה:
שורה 101:
וַיָּרֵעוּ אֹתָנוּ הַמִּצְרִים. וויבאלד מיר זעהן אז באלד נאך דער פסוק פון "ויהי שם לגוי גדול" שטייט באלד "וירעו אותנו המצרים" די מצרים האבן אונז שלעכטס געטוהן, איז א ראי' אז דער טעם פארוואס זיי האבן שלעכטס געטוהן דאס איז געווען ווייל מען איז געווען א "גוי גדול" א גרויס פאלק, און דאס האבן זיי נישט אויסגעהאלטען, כְּמָה שֶּׁנֶּאֱמַר: אזוי ווי מיר טרעפן אין אן אנדערען פסוק (שמות א-י) ויאמר וגו' הנה עם בני ישראל רב ועצום ממנו הָבָה קומט נִתְחַכְּמָה לוֹ. לאמיר זיך קליגען און טרעפען אן עצה צו איהם (צו דעם יודישען פאלק) פֶּן יִרְבֶּה, טאמער וועט ער זיך מערען אויף אונזער צאל וְהָיָה כִּי תִקְרֶאנָה מִלְחָמָה, און עס וועט זיין אז עס וועט זיך טרעפן א מלחמה וְנוֹסַף גַּם הוּא עַל שׂנְאֵינוּ, וועט ער (כלל ישראל) זיך מצרף זיין צו אונזערע פיינט וְנִלְחַם בָּנוּ און ער (כלל ישראל) וועט מלחמה האלטען מיט אונז, וְעָלָה מִן הָאָרֶץ, און ער וועט אוועק לויפען פון דער לאנד מצרים (אדער לויט דער אנדערע פשט פון רש"י, אז זיי וועלען אונז נאך ארויס טרייבען פון דא) פון יענע פסוק זעהן מיר אז דער גאנצער טעם פארוואס עס איז געווען "וירעו" דאס איז געווען ווייל עס איז געווען "ויהי שם לגוי גדול":
 
וַיְעַנּוּנוּ. און ער האט אונז געפייניגט. פארוואס דארף שטיין "ויענונו" עס שטייט דאך שוין באלד דערנאך "ויתנו עלינו עבודה קשה", מוז זיין אז "ויענונו און ויתנו עלינו עבודה קשה" זענען צוויי אנדערע זאכען, "ענוי" מיינט אז זיי האבן אונז געמאכט ארבעטען לשם "ענוי" נאר צו פייניגען און נישט פאר קיין שום אנדערע תועלת כְּמָה שֶּׁנֶּאֱמַר: אזוי ווי עס שטיט אין אן אנדערע פסוק מער באריכות (שמות א-יא) וַיָּשִׂימוּ עָלָיו שָׂרֵי מִסִּים, די מצריים האבעןהאבן ארויפגעלייגט אויף זיי הארען פון שטייערען, און דאס איז געווען נאר לְמַעַן עַנֹּתוֹ בְּסִבְלֹתָם: כדי זיי צו פייניגען מיט זייערע שווערע ארבייט, און נישט פאר קיין שום אנדערע תכלית (דאס הייסט אז זיי האבעןהאבן בכלל נישט געדארפט האבעןהאבן די ארבייט) וואס איז געווען די שטייערען? אז וַיִּבֶן עָרֵי מִסְכְּנוֹת לְפַרְעֹה, זיי האבעןהאבן געבויעט שטעט פון אוצרות פאר פרעה אֶת פִּתֹם וְאֶת רַעַמְסֵס:
עס שטייט ווייטער אין פסוק: וַיִּתְּנוּ עָלֵינוּ עֲבֹדָה. און חוץ וואס זיי האבן געפייניגט מיט ארבייט וואס האט בכלל נישט אויסגעפעלט, האבן זיי אויך געטוהן מיט אונז ארבייט וואס איז יא געווען פאר זיי וויכטיג אבער עס איז געווען קָשָׁה זייער שווערער ארבייט, כְּמָה שֶּׁנֶּאֱמַר: אזוי ווי מיר טרעפן אין אן אנדערען פסוק מער מפורש: וַיַעֲבִדוּ מִצְרַיִם אֶת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל בְּפָרֶךְ די מצריים האבן געמאכט די יודן ארבייטען מיט ארבייט וואס איז "פרך" און פרך מיינט ארבייט וואס צוברעכט דעם גוף, דאס הייסט זייער שווערע ארבייט.
 
שורה 108:
וַנִּצְעַק אֶל יְיָ אֱלֹהֵי אֲבֹתֵינוּ, וַיִּשְׁמַע יְיָ אֶת קֹלֵנוּ, וַיַּרְא אֶת עָנְיֵנוּ, וְאֶת עֲמָלֵנוּ, וְאֶת לַחֲצֵנוּ:
 
וַנִּצְעַק אֶל יְיָ אֱלֹהֵי אֲבֹתֵינוּ, נאר דער אייבערשטער האט געוואוסט פארוואס זיי שרייען כְּמָה שֶּׁנֶּאֱמַר: ווי מיר טרעפן אין אן אנדערן פסוק באריכות (שמות ב-כג) וַיְהִי בַיָּמִים הָרַבִּים הָהֵם, און עס איז געווען אין די לאנגע גלות וַיָּמָת מֶלֶךְ מִצְרַיִם, דער קעניג פון מצרים איז געשטארבען, און דעמאלס האבעןהאבן די יודן געטראפען א געלעגנהייט צו וויינען צום אייבערשטען וועגען זייער שווערן מצב, ווייל סתם האבעןהאבן זיי מורא געהאט פון די מצריים צו ווייזען אז זיי קלאגען אויף זייערע ביטערע מצב, אבער יעצט אז אלע וויינען וועט מען מיינען אז זיי וויינען פאר דעם זעלבען סיבה וַיֵּאָנְחוּ בְנֵי יִשְׂרָאֵל און די יודן האבן געזיפצט אין הארץ מִן הָעֲבֹדָה וועגן די שווערע ארבעט, ווייל וואס זיי טראכטן אין הארץ ווייסען נישט די מצרים וַיִּזְעָקוּ און זיי האבעןהאבן געשריגען, אבער זיי האבן נישט געזאגט פאר קיינעם פארוואס זיי שרייען, און די גוים האבעןהאבן געמיינט אז זיי וויינען וועגן דעם מיתת פרעה, אבער וַתַּעַל שַׁוְעָתָם אֶל הָאֱלֹהִים זייער געבעט איז ארויף צום אייבערשטען, און נאר דער אייבערשטער האט געוואוסט אז דער געווייין איז מִן הַעֲבֹדָה פון די שווערע ארבעט און נישט וועגן מיתת פרעה.
וַיִּשְׁמַע יְיָ אֶת קֹלֵנוּ די תפלה איז געווארען אנגענומען כְּמָה שֶּׁנֶּאֱמַר: אזוי ווי עס שטייט מער מפורש אין אן אנדערע פסוק (שמות ב-כד) וַיִּשְׁמַע אֱלֹהִים אֶת נַאֲקָתָם, דער אייבערשטער האט געהערט זייער געשריי, און ער האט אנגענומען זייער תפלה וַיִּזְכֹּר אֱלֹהִים אֶת בְּרִיתוֹ, ווייל דער אייבערשטער האט געדענקט זיין בונד וואס ער האט געשוואוירען אֶת אַבְרָהָם, אֶת יִצְחָק, וְאֶת יַעֲקֹב: מיט אברהם יצחק און יעקב.
 
וַיַּרְא אֶת עָנְיֵנוּ: דער אייבערשטער האט געזעהן דעם "ענוי" דעם פיין. ענוי מיינט זוֹ פְּרִישׁוּת דֶּרֶךְ אֶרֶץ. זיך אפשיידען פון די שטייגער פון די וועלט, דאס הייסט אז זיי האבעןהאבן זיך גע'פייניגט דורך זיך צוריק האלטען פון הנאות כְּמָה שֶּׁנֶּאֱמַר: ווי מיר טרעפען אין אן אנדערע פסוק מער מפורש וַיַּרְא אֱלֹהִים אֶת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל. דער אייבערשטער האט געזעהן וואס די יודן טוען וַיֵּדַע אֱלֹהִים און נאר דער אייבערשטער האט דערפון געוואוסט, מוז זיין אז דאס גייט ארויף אויף זאכען וואס נאר דער אייבערשטער ווייסט, קומט אויס אז דאס איז זאכען וואס דער מענטש האלט זיך צוריק פון זיינע תענוגים, וואס קיינער ווייסט נישט דערפון נאר דעם אייבערשטען:
 
וְאֶת עֲמָלֵנוּ. "עמלות" מיינט זאכען וואס א מענטש פלאגט זיך פאר גארנישט, מוז דאך זיין אז דאס גייט ארויף אֵלּוּ הַבָּנִים אויך די גזירה וואס פרעה האט געהייסן דעטרינקען די קינדער, קומט אויס אז זיי האבעןהאבן זיך געמוטשעט פאר זייערע קינדער פאר גארנישט ווייל צום סוף האט מען זיי דעטראנקען [אלעס וואס א מענטש מוטשעט זיך איז דאך פאר זיינע קינדער, אז זיי זאלען זיין ערליך] כְּמָה שֶּׁנֶּאֱמַר: ווי עס שטייט אין אן אנדערע פסוק מער מפורש, ווי פרעה האט געהייסען אז כָּל-הַבֵּן הַיִּלּוֹד הַיְאֹרָה תַּשְׁלִיכֻהוּ, יעדער געבוירענע זוהן זאל מען דעטרונקען וְכָל-הַבַּת תְּחַיּוּן: און יעדער טאכטער קען מען לאזן לעבען. (עס זענען דא וואס זאגען אז דאס וואס ער האט געלאזט לעבן די טעכטער איז אויך געווען מיט א שלעכטע כוונה, ווייל ער האט דאך שוין געזעהן אז לבן וואס האט געוואלט הרג'נען אויך די טעכטער האט נישט מצליח געווען, האט ער געטראכט אז אויב ער וועט לאזן די טעכטער לעבען, אפשר וועט דער אייבערשטער איהם יא צולאזן) [איך שטייט אז זיין חשבון איז געווען אז אויב אלע מענער וועלען שטארבן, וועלען אלע מיידליך חתונה האבן מיט מצריות, און אזוי וועלען זיי אינגנאצען פארגעסען אז זיי זענען אמאהל געווען יודן].
 
וְאֶת לַחֲצֵנוּ זֶה הַדְּחַק. "לחץ" מיינט אונטער דריקן דאס מיינט, אז מען האט זיי ענג געמאכט כְּמָה שֶּׁנֶּאֱמַר: ווי מיר טרעפען אין אן אנדערען פסוק מער מפורש (שמות ג-ט) ווי דער אייבערשטער האט געזאגט צו משה רבינו וְגַם רָאִיתִי אֶת הַלַּחַץ, און אויך האב איך געזעהען די אונטרדריקונג אֲשֶׁר מִצְרַיִם לֹחֲצִים אֹתָם וואס די מצריים טוען זיי אונטערדריקן.
שורה 135:
סך הכל: לויט דער פשט איז דער פסוק מרמז אזוי: ביד חזקה מיינט דבר, ובזרוע נטויה מיינט מכת בכורות, מופתים איז דם. פארוואס פונקט די דריי מכות פון די צעהן? דם, ווייל עס איז דער ערשטער מכה פון די מכות. מכת בכורות, ווייל עס איז דער שטערקסטער און די לעצטע פון די מכות, און דבר, ווייל עס איז מיטגעקומען מיט אלע צעהן מכות:
 
דָּבָר אַחֵר. חוץ די אלע דרשות וואס מיר האבעןהאבן פריער געלערענט איז דא נאך א פשט, ווייל צו קענען דרש'ענען די פריערדיגע דרשות וואלט געווען גענוג ווען עס שטייט "ביד" און נישט "חזקה", "בזרוע" און נישט דער ווארט "נטויה" און אזוי אויך אלע אנדערע דרשות, און וויבאלד עס שטייט ביי אלע דרשות טאפעלטע לשונות קען מען דרש'ענען פאר יעדן ווארט צוויי זאכען, וועל איך זאגען אז יעדער ווארט איז א מכה, און איך וועל זאגען בְּיָד חֲזָקָה וויבאלד עס שטיט א טאפעלטע לשון וועל איך זאגען שְׁתַּיִם, אז עס איז א רמז אויף צוויי מכות, וּבִזְרֹעַ נְטוּיָה וויבאלד עס שטיט א טאפעלטע לשון וועל איך זאגען שְׁתַּיִם, אז עס איז א רמז אויף נאך צוויי מכות, וּבְמוֹרָא גָּדוֹל וויבאלד עס שטיט א טאפעלטע לשון וועל איך זאגען שְׁתַּיִם, אז עס איז א רמז אויף נאך צוויי מכות. וּבְאֹתוֹת וויבאלד עס שטיט א לשון רבים ("אותות" און נישט "אות") וועל איך זאגען שְׁתַּיִם אז עס איז א רמז אויף נאך צוויי מכות. וּבְמֹפְתִים וויבאלד עס שטייט א לשון רבים ("מופתים" און נישט "מופת") וועל איך זאגען שְׁתַּיִם, אז עס איז א רמז אויף נאך צוויי מכות, אֵלּוּ עֶשֶׂר מַכּוֹת צוזאמען איז שוין מרומז די צעהן מכות שֶׁהֵבִיא הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא עַל הַמִּצְרִים בְּמִצְרַיִם, וואס דער אייבערשטער האט געברענגט אויף די מצריים אין מצרים וְאֵלוּ הֵן וואס זיי זענען: דָּם. צְפַרְדֵּעַ. כִּנִּים. עָרוֹב. דֶּבֶר. שְׁחִין. בָּרָד. אַרְבֶּה. חֹשֶׁךְ. מַכַּת בְּכוֹרוֹת:
 
רַבִּי יְהוּדָה הָיָה נוֹתֵן בָּהֶם סִמָּנִים: רבי יהודה האט געגעבן סימנים צו די מכות און זיי זענען דְּצַ"ךְ עֲדַ"שׁ בְּאַחַ"ב: ער האט דווקה צוטיילט די מכות אויף דער אופן, ווייל די צעהן מכות זענען געווען איינגעטיילט אין דריי, די ערשטער צוויי מכות האט מען געווארענט פרעה פאר דעם, און די דריטע נישט, די פערטע און די פיפטע האט מען יא געווארענט און די זעקסטע נישט, די זיבעטע און די אכטע האט מען יא געווארענט און די ניינטע נישט, דערפאר האט רבי יהודה זיי אזוי איינגעטיילט. די צענטע מכה האט ער צוזאמען געשטעלט מיט דער לעצטער גרופע, כדי אז ער זאל נישט זיין אליין, ווייל ווען ער איז אליין קען מען אים נישט ליינען.