אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "כינע"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 34:
כינע איז דער וועלט'ס גרעסטע לאנד אין באפעלקערונג און איינע פון די גרעסטע לענדער אין שטח, בערך אזוי גרויס ווי די [[פאראייניגטע שטאטן]]. די כינעזער רופן זייער לאנד "זוהאנגאו" וואס מיינט צענטראלע לאנד, אדער מיטעלע קעניגרייך.
 
דער נאמען כינע איז געגעבן געווארן דורך אויסערן לענדער און איז געזעצט אויף א פריערדיגער לאנג יעריגער כינעזער פירער מיט'ן נאמען טשין. בייזשינג איז כינע'ס קאפיטאלהויפטשטאט און קולטוראלע, עקענאמישע, און [[קאמוניקאציע]] צענטער. די שטאט [[שאנכיי]] איז דאסדעם לאנד'ס פארנומענסטע שטאט מיט די מערסטע איינוואוינער און איז כינע'ס גרעסטע אינדוסטריאלע און קאמערציאלע שטאט ווי אויך די [[פארט]] שטאט פאר אלע אינטערנאציאנאלע ביזנעס.
 
מער פון א פינפטל פון דער וועלט'ס באפעלקערונג – 1.3 ביליאן מענטשן – וווינען אין כינע.
שורה 279:
ווען די קאמוניסטישע פארטיי האט געווינען די ציווילע קריג אין 949' זענען די נאציאליניסטן אנטלאפן קיין טייוואן, אן אינזל נעבן כינע. פאר 20 יאר האט די טייוואנער רעגירונג באקומען שטיצע פון די פאראייניגטע שטאטן און האט איבערגענומען כינע'ס אפיציעלע ארט אין די יו-ען, וואס האט איר געגעבן די אינטערנאציאנאלע אנערקענונג אלס די רעכטפולע און אפיציעלע רעגירונג פון גאנץ כינע. די קאמוניסטישע רעגירונג האט דאן אונטערגעשריבן א פריינטשאפט אפמאך מיט איר שכן די סאוויעט יוניאן, לייגנדיג כינע אויף די פארקערטע ליסטע פון נאט"א. די פריינטשאפט צווישן כינע און רוסלאנד האט אבער נישט לאנג אנגעהאלטן צוליב עטליכע גרעניץ קאנפליקטן איבער וועלכע די צוויי קאמוניסטישע לענדער האבן זיך נישט געקענט דורכקומען. ביז אין 960' איז די פריינטשאפט צווישן די צוויי לענדער אינגאנצן צוגאנגן און כינע איז געבליבן אן אפגעזונדערטע לאנד אן קיין באציאונגן מיט אנדערע גרויסע לענדער און איז אינגאנצן געבליבן אויסגעשלאסן פון וועלטליכע געשעענישן.
 
כינע, זייענדיג אויפ'ן וואסער, האט פרובירט אנצוקניפן באציאונגן מיט די פאראייניגטע שטאטן און אין 1972 האט דער דעמאלדיגער פרעזידענט ריטשארד ניקסן צום ערשטן מאל באזוכט כינע זינט איר קאמוניסטישע איבערגאנג. ביז אין 979' האט שוין כינע אנגעקניפט אביסל דימפלאמאטישע באציאונגן מיט די פאראייניגטע שטאטן. אויך אנדערע מערב לענדער האבן נאכגעפאלגט און אנגעהויבן האנדלן מיט כינע. וואס טיפער די באציאונגן זענען געגאנגן אלס מער האט טייוואן אנגעהויבן ארויספאלן פון דאס בילד און בייזשינג איז געווארן די אפיציעלע קאפיטאלהויפטשטאט פון כינע אין די וועלט. אין די ענדע פון די 80ער יארן (הארט פאר'ן צוזאמענפאל פון די יו-עס-עס-אר) איז שוין כינע'ס באציאונגן מיט די סאוויעט יוניאן אויך צוריק אנגעווארימט געווארן.
כינע פירט היינט א זעלבשטענדיגע דימפלאמאטיע אין וועלכע זי זוכט גוטע באציאונגן מיט אלע מאכטן אבער ווארפט אפ דאמינאנט דורך סיי וואספארא לאנד, אריינגערעכנט די פאראייניגטע שטאטן. דאס לאנד'ס גרעסטע פראבלעמען זענען די עקאנאמיע און דאס מיליטער וועלכע דארפן זיך ביידע ארויפארבעטן צו פיל העכערע שטאפלן צו קענען אנגערופן ווערן אן עקענאמישע אדער מיליטערישע מאכט. יעדע לאנד איז אנגענומען אין כינע אחוץ די וואס האבן שייכות מיט טייוואן, וועלכע איז כינע'ס הויפט שונא.
 
גענומען פֿון "https://yi.wikipedia.org/wiki/כינע"