אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "סלאבאדקער ישיבה (בני ברק)"

סלאבאדקער ישיבה אין בני ברק
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
געשאַפֿן בלאַט מיט '{{coord|32.0902|34.8286|display=title|region:IL_type:landmark}} {{אנדערע באדייטן|דאס=די ישיבה אין בני ברק|אנדער=אנ...'
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע ביי 09:47, 17 אָקטאָבער 2013

קאארדינאטן: 32°05′25″N 34°49′43″E / 32.0902°N 34.8286°E / 32.0902; 34.8286

דער ארטיקל דיסקוטירט די ישיבה אין בני ברק. טאמער זוכט איר אנדערע ישיבות מיט א שייכות צו סלאבאדקע, זעט סלאבאדקער ישיבה.

די סלאבאדקער ישיבה איז א ליטווישע ישיבה גדולה אין בני ברק, וואס איז געגרינדעט געווארן דורך רבי יצחק אייזיק שאר אין סיוון תש"ז.

די סלאבאדקער ישיבה אין בני ברק

היינט לערנען אין דער ישיבה 400 בחורים פון אלע קרייזן—ליטווישע, חסידישע און ספרדישע—ווי אויך בחורים פון אמעריקע און אייראפע.

די ראש ישיבות זענען רבי אפרים דוב לאנדא און רבי משה הלל הירש.

היסטאריע

די ישיבה ווערט גערופן אויפן נאמען פון דער סלאבאדקער ישיבה "כנסת ישראל" וואס הרב נתן צבי פינקל, דער "אלטער פון סלאבאדקע" האט געגרינדעט אין סלאבאדקע, א פארשטאט פון קאוונע, ליטע.

רבי יצחק אייזיק שאר, אן איידעם פונעם אלטער פון סלאבאדקע, מיט הרב שאר'ס איידעם, רבי מרדכי שולמאן, האבן געגרינדעט די ישיבה אין בני ברק אין סיוון תש"ז. די היינטיקע געביידע פון דער ישיבה האט מען געענדיקט אין תשי"ג.

זעט אויך