אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שלמה רובין"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 4:
רב שלמה רובין איז געבוירן געווארן אין דריטן פון אפריל, יאר 1823, אין [[דאלינע]], [[גאליציע]], צו חסידישע עלטערן, אייניקלעך פון רבי מתתיהו, דער מחבר פון ספר "ברכת דוד", וועלכער איז דאן געזיצן אויף רבנות שטול אין שטאט דאלינע, זייענדיג דער מנהיג פון א חסידישער עדה אידן פאר צענדליגע יארן. אין די אינגע יארן האט הרב שלמה רובין באקומען אן ערליכן טראדיציאנאלן חסידישן חינוך און זיך פאררעכנט אלס תלמיד פונעם בני יששכר, רבי [[צבי אלימלך שפירא]] פון [[דינאוו]]. ער האט שוין באקומען סמיכה אין גאר א אינגען עלטער, און זייענדיק בלויז 17 יאר איז ער א חתן געווארן, און געהערנדיק צו א רבנישער משפחה האט אים זיין פאמיליע ערלעדיגט א רבנות פאסטן אין דער שטאט [[חאדאראוו]], אבער רובין האט עס צוריקגעוויזן און אנשטאט אויסגעוויילט בעסער, צו גיין שטודירן און נעמען בילדונג. כדי צוקענען אויספירן זיינע שטרעבונגען איז ער אריין אין מסחר דורכאויס די טאג שעות, און ביינאכט אוועקגעגעבן צו קענען לערנען זיינע לערנונגען. נאך פינף יאר האנדלען האט ער אנגעוואוירן זיין פארמעגן, און זיך געצויגן קיין [[לעמבערג]].
 
אין לעמבערג איז ער זיך געגאנגען לערנען אין שולע עטליכע שפראכן: [[לאטייניש]], דויטש[[דייטש]], [[פראנצויזיש]], און [[איטאליעניש]].
 
נאכוואס ער האט ער האט זיך אויסגעלערנט די שפראכן, האט ער אנגעהויבן פרובןפרואוון ציען חיונה פון דינען אלס א פריוואטעפריוואטער לערער אויף דויטשדייטש און עברית אינעםאין דער שטאט [[באלעכאוו]], אבער אין ארימע אומשטענדן.

ער איז איינגערוקט געווארן אין מיליטער געגן זיין ווילן, און זיך אנגעליטן דארט צוויי יאר ביז זיין באפרייאונג. פון דארט איז ער געפארן צו זורבנה, און געגיבן רעדעס אין דויטש און פראנצויזיש, אויך האט ער דארט געשריבן זיין ארטיקל "קורי עכבושעכביש" אין וועלכעןוועלכן ער רייסט ארונטער די חסידישע לעבנסשטייגער. ווען מ'האט אויסגעפונען אז ער האט דאס געשריבן האט דערדי אידישע קהילה אין שטאט אפגעריסן באציהאונגעןבאציאונגען מיט אים, און ער האט פארלוירן זיין מקור הפרנסה. אויס פחד פון ווייטערדיגע שאדנס און צרות וואס דער ארטיקל קען אים נאך אנשאפן, האט ער באשלאסן עס נישט צודריקן, נאר עס פארברענט אין פייער.
 
אבער די רדיפות פון די חסידים האבן פון דאן אן, זיך שוין נישט אפגעשטעלט, אזוי אז ער איז געצווינגעןגעצוואונגען געווען צו אנטלויפן קיין רומעניע, וואו ער האט זיך באזעצט אין שטאט גאלאץ, און געמאכט זיין פארדינסט דורכן שרייבן פאר א צייטונג אין די נאכט שעות, און אלס אקאונטענט בייטאג שעות. יענער תקופה האט ער אנגעהויבן פארשפרייט מאמרים אין דעם וואכנבלאט "המגיד".
 
אין 1859 האט ער פארלוירן זיין שטעלע אין גאלאץ, און געברויכט פארלאזן רומעניע. ער האט זיך אומגעקערט קיין גאליציע, און געשטעלט געווארן מטעם די רעגירונג אנצופירן דער שולע אין באלעכאוו. אויף דעם ארבייטס פאסטן האט ער געדינט א צירקע פינף יאר, ביז די רדיפות וואס ער איז אויסגעשטאנען פון די חסידים, האבן אים געצווינגען ווידער צונעמען דעם וואנדער שטעקן אין די הענט אריין, און עוקר זיין צו איטאליע. דארט האט ער זיך מתפרנס געווען זייענדיג א פריוואטע מלמד אין א ארטיגן עושר'ס הויז, ווען אין די זעלבע צייט, טייטש'ט ער איבער די ספרים פון ר' יהודה אריה מודינא, און ר' יהודה אברבנאל.