אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "קאמוניזם"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
באוועגונגן --> באוועגונגען
שורה 16:
אלס א רעזלוטאט פון לענין און סטאלינ'ס פאליסיס האט קאמוניזם אנגעהויבן פארלירן שטיצע אבער עס איז שוין געווען צו שפעט פאר די איינוואוינער פון דעם סאוועטן־פאראיין ווייל אויב איינער האט זיך געוואגט צו הייבן זיין קול אין אפאזיציע האט מען אים באלד אפגערוימט פון וועג.
ווען די [[צווייטע וועלט מלחמה]] האט אויסגעבראכן האט סטאלין געזען א געלעגנהייט צו פארשפרייטן קאמוניזם איבער אייראפע ווען אין דער זעלבער צייט האבן די [[אליאירטע]] געזוכט דאס צו שטערן. נאך די [[מלחמה]] האבן די קאמוניסטישע [[פארטיי]]ען גענומען די מאכט אין [[כינע]], מזרח אייראפע, און אנדערע ראיאנען אין [[אזיע]] און יענע תקופה איז שפעטער באצייכענט געווארן אלס די אנהויב פון די [[קאלטע קריג]] אין וועלכע די סאוועטן־פאראיין און די [[פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע|פאראייניגטע שטאטן]] און אירע אליאירטע לענדער האבן זיך פארמאסטן פאר פאליטישע און מיליטערישע מאכט. ביידע באוועגונגןבאוועגונגען האבן געווינען שטיצע לענגאויס דעם וועג און ביז די פריע 80גער יארן האבן מער ווי א דריטל באפעלקערונג פון די [[וועלט]] געוואוינט אונטער קאמוניסטישע הערשאפט.
די קאמוניסטישע רעזשימען האבן זיך געטיילט מיט די הויפט יסודות פון די קאמוניסטישע פרינציפאלן וועלכע האט אפגעווארפן די מעגליכקייט פון פרוואטע פראפערטי און קאפיטאליזם, די דאמינאציע פון עקאנאמישע אקטיוויטעטן, און אבסעלוט קאנטראל פון רעגירונג געפירט דורך איין פארטיי. די קאמוניסטישע רעגירונגן האבן איבערגענומען קאנטראל פון די מידיא, פארבאטן רעליגיעזע באוועגונגןבאוועגונגען, און אפגעשטילט פאליטישע קעגנערשאפט.
 
קאמוניסטישע געזעלשאפטס זענען דורכגעגאנגן א דראמאטישע טויש און די שפעטע 80'גער און פריע 90'גער יארן ווען פאליטישע און עקאנאמישע פראבלעמען אין די סאוועטן־פאראיין און די באאיינפלוס פון קאפיטאליזם האט געברענגט דער צוזאמענפאל פון סאוועט רוסלאנד. מיט דעם איז די קאלטע קריג געווען פאראיבער און קאמוניזם האט פארלוירן איר דאמינענץ איבער די וועלט. די איינציגסטע לענדער וועלכע זענען פארבליבן קאמוניסטיש ביז'ן היינטיגן טאג זענען כינע, [[קובא]], [[לאאס]], [[צפון קארעע]] און [[וויעטנאם]]. אלע אנדערע קאמוניסטישע לענדער האבן אדאפטירט נייע פאליסיס אין וועלכע זיי האבן איינגעפירט דעמאקראטישע פרינציפאלן און אפערירן מיט מערערע פארטייען.
שורה 180:
דער פראגראם איז שפעטער באקאנט געווארן אלס די "גרעיט ליפ פארווערד" וועלכע האט עווענטועל געברענגט א צוזאמענפאל פון כינע'ס עקאנאמיע און גרויסע נארטוליכע קאטאסטראפעס וועלכע האבן אומגעברענגט מיליאנען דורכאויס צענדליגער יארן. א דריטל פון כינע'ס וועלדער זענען אויסגעהאקט געווארן פאר די פראדוקציע פון האלץ און דאס האט ארויפגעברענגט די וואסער שטאפלן און געברענגט פארפלייצונגן אין די גרויסע שטעט (געוואוקסן נוצן אויס אסאך וואסער און אויב זיי ווערן עלימינירט פליסט אריין צופיל רעגן וואסער אין די טייכן).
 
די פראבלעמען האבן געברענגט פרישע באוועגונגןבאוועגונגען קעגן קאמוניזם און האט דעגרייכט איר קלימאקס אין 66' ווען מאא האט געשפירט אז זיין אייגענע רעגירונג האט פלענער צו אדאפטירן נייע דעמאקראטישע פאליסיס. מאא האט דאן געארדענט זיין מיליטער צו שטערן די בייזוויליגע פלענער קעגן קאמוניזם און געגרינדעט א פראגראם, וועלכע איז גערופן געווארן די גרויסע קולטוראלע רעוואלוציע, אין וועלכע א ספעציעלע אפטיילונג פון די מיליטער אונטער'ן נאמען די רויטע וועכטער האבן געפייניגט וויסנשאפטלער און פארשלאסן שולעס, צוברענכדיג די אייגענע עקאנאמיע נאר כדי צו שטערן דעמאקראטיע. דער מצב איז געווארן אזוי שלעכט אז אין 67' האט די רעגירונג געמוזט אריינשיקן דאס מיליטער צו האלטן ארדענונג אין לאנד צוליב די גרויסע מאס פארברעכנס וואס די ארימקייט האט געברענגט.
א טויש אין כינע איז אנגעקומען אין די פריע 70'גער יארן ווען מאא אליינס האט איינגעזען אז ער איז באגאנגן גרויסע טעותים און האט צוריק גערופן אפיציעלן וועלכע ער האט יארן פריער ארויסגעווארפן. די רעגירונג האט אנגעהויבן נאכלאזן אין פארשידענע הינזיכטן און די וועלט האט דאס אויפגענומען מיט גרויס צופרידנהייט און אלס רעזולטאט האט כינע געווינען איר זיץ אין די יו-ען וועלכע איז געווען אונטער פראגע אויב טייוואן זאל דאס באקומען אלס די ריכטיגע כינעזער. אין 72' האט אמעריקע'ס פרעזידענט ריטשארד ניקסאן באזוכט כינע און אונטערגעשריבן די שאנכאי קאמיוניק אין וועלכע די פאראייניגטע שטאטן האט נארמאליזירט באציאונגן מיט כינע און איר פארזיכערט אז איר קאנפליקט מיט טייוואן וועט געלעזט ווערן אן קריג.
שורה 215:
צווישן די מזרח אייראפעאישע לענדער זענען בולגאריע, טשעכקאסלאוואקיע, און מזרח דייטשלאנד געווען די וואס האבן גענוי נאכגעפאלגט און מיטגעשטימט מיט סטאלין ווען רומעניע, אונגארן, און פוילן האבן זיך פרובירט אפטיילן פון די סאוויעטישע פאראיין און אדאפטירט רעפארמען אויף א געוויסע פראצענט. אין 55' האבן די סאוויעטן געמאכט די ווארשע פאקט אין וועלכע עס איז געגרינדעט געווארן א קאנטער ארגאניזאציע צו נאט"א דורך די קאמוניסטישע לענדער אין מזרח אייראפע. די איינציגסטע צוויי לענדער וואס האבן נישט אונטערגעשריבן דעם אפמאך זענען געווען יוגאסלאוויע און אלבאניע וועלכע האבן זיך דערנענטערט צו כינע און האבן קיינמאל נישט געלאזט די סאוויעטישע כוחות באטרעטן זייער ערד.
 
קאמוניזם אין מזרח אייראפע איז אבער קיינמאל נישט אויפגענומען געווארן געווארן אזוי ווארים ווי אין רוסלאנד אדער כינע. פון אנהויב אן האבן רעפארמיסטן פרובירט זיך קעגנשטעלן און זענען אונטערדרוקט געווארן דורך סאוויעטישע כוחות. די ערשטע אזעלכע באוועגונגןבאוועגונגען האבן זיך אנגעהויבן מיט די טויט פון סטאלין און די די-סטאליניזאציע פון קרוטשאוו. אונגארן און פוילן האבן אנגעהויבן פרובירן מאכן שבת פאר זיך אבער די סאוויעטן האבן דאס צושטערט און עלימינירט אלע וואס זענען געשטאנען אין וועג.
 
ספעציעל איז געווארן א מהומה און טשעכקאסלאוואקיע וואו די רעפארמיסטן האבן געמאכט אן איבערקערעניש און די סאוויעטישע ארמיי איז אריין אין א פולע אינוואזיע און באזייטיגט דעם רעפארמיסט פירער און איינגעשטעלט א צווייטן וועלכער איז געווען לאיאל צו מאסקאווע.
שורה 285:
== קאמוניסטישע איינפלוס אין נישט קאמוניסטישע לענדער ==
 
קאמוניסטישע פארטייען האבן עקזיסטירט אין אסאך לענדער פון די וועלט, אבער אין רוב פון זיי האבן די קאמוניסטישע פארטייען נישט באוויזן צו געווינען קאנטראל פון די רעגירונג און האבן עקזיסטירט אלס אפאזיציע פארטייען. אין 970' האט די יו-עס סטעיט דעפארטמענט אינדענטיפיצירט 88 לענדער וועלכע האבן דעמאלט געהאט קאמוניסטישע פארטייען אדער באוועגונגןבאוועגונגען. אין 989' האט א צווייטע שטודיע געוויזן אז דער נומער איז אזויפיל ווי 106 און 23 דערפון זענען געווען אונטער קאמוניסטישע הערשאפט.
 
קאמוניזם האט אנגעהויבן אונטערגיין אין די ענדע 80'גער און פריע 90'גער יארן מיט די סאוויעטישע צוזאמענפאל אלס דער מכה בפטיש. זינט דעמאלט האבן די קאמוניסטישע פארטייען מער נישט פרובירט נעמען די מאכט מיט געוואלד נאר עקזיסטירן אלס א טייל פון מולטי-פארטייען ליבעראלע דעמאקראטיעס, פרובירדיג צו דעגרייכן מאכט דורך פרייע וואלן.