אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "קאמוניזם"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 4:
אין [[טעאריע]] האט [[קאמוניזם]] געזוכט צו גרינדן א קלאסלאזיגע געזעלשאפט פון צופרידנהייט און פרייהייט אין וועלכע אלע מענטשן געניסן אייניגע סאציאלע און עקאנאמישע סטאטוס. אין פראקטיק האבן אבער קאמוניסטישע רעזשימען גענומען די פארעם פון אויטאריזאציע [[רעגירונג]] וועלכע האט זיך ווייניג געקימערט מיט די ארבעטס קלאס און האבן גענומען זייער מאכט אלס א פריאריטעט.
 
דער קאנצעפט פון א סאסייאיטיגעזעלשאפט מיט אייניגע אייגנשאפט פון פראפערטי און רייכקייט גייט צוריק הונדערטער יארן אבער איז ערשט אדאפטירט געווארן דורך די מאסן ווען [[אייראפע]] איז געבלאזן געווארן פון דעם סאציאליסטישן ווינט אינעם 19טן יאָרהונדערט. אין יענע צייטן איז אייראפע דורכגעגאנגן אן אינדוסטריאלע רעוואלוציע און סאציאלע טויש און די קריטיקירער האבן באשולדיגט קאפיטאליזם פאר'ן אנטוויקלן אן ארימע קלאס, פעקטארי [[ארבעט]]ער וועלכע זענען געשטעלט געווארן אין שווערע פאזיציעס, און פארן אויסברייטערן די צווישנשייד פון די ארימע און רייכע.
{{רעגירונג מעטאדן}}
די גרינדער פון מאדערנע קאמוניזם איז פראקלאמירט געווארן דורך א [[דייטש]]ער [[פילאסאף]] [[קארל מארקס]] און זיין פריינט פרידריך ענגלס. ווי אנדערע [[סאציאליזם|סאציאליסטן]], האבן זיי אויך געזוכט צו ברענגן אן ענדע צו [[קאפיטאליזם]]. אבער אנדערש ווי אנדערע וועלכע האבן געזוכט איינצושטעלן סאציאליסטישע סיסטעמען אינעם לאנגן טערמין אויף א פרידליכע וועג, האבן זיי געהאלטן אז דאס וועט נאר קענען פאסירן אויב עס וועט פאסירן אין א פלוצלינגע [[רעוואלוציע]] וואס וועט פארלאנגן א שטארקע קראפט און וועט מוזן גיין מיט געוואלד.
שורה 126:
סטאלין'ס טויט אין 953' האט געברענגט א שווערע קאנטעסט צווישן די רוסישע פירער און דער געווינער איז געווען ניקיטע קרוטשעוו וועלכער איז געווען הויפט פון די קאמוניסטישע פארטיי אין מאסקאווע און אין אוקריינע. עס האט אים געדויערט 4 יאר ווילאנג ער האט גענצליך איבערגענומען די מאכט און א יאר דערויף איז ער אויך געווארן פרעמיער מיניסטער פון סאוויעט רוסלאנד.
 
קרוטשעוו איז אין פאקט געווען א געטרייער לוטענענט פון סטאלין אבער איינמאל ער האט איבערגענומען די פירערשאפט האט ער ברייט אראפגעריסן סטאלין'ס דיקטאטורישאפט ווועלכע איז באקאנט געווארן אלס די דע-סטאליניזאציע תקופה. הונדערטער טויזנטער ארעסטאנטן זענען ארויסגעלאזט געווארן פון טורמע און מיליאנען אנדערע האבן באקומען לייכטערע שטראפן ווי ארגינעל פאראורטיילט. קרוטשעוו האט קלאר געמאכט אז דידער סאוויעט יוניאןסאוועטן־פארבאנד איז א שטאאט פאר יעדן און מער נישט קיין דיקטאטורישאפט.
 
אבער די די-סטאליניזאציע האט אינגאנצן נישט געמיינט א די-קאמוניזימאציע אין קרוטשעוו'ס אויגן. זיין רעגירונג האט גענוצט די אנטי סטאלין באוועגונג אלס א ציל צו הייבן די גייסט פון קאמוניזם און דאס האט זייער גוט געארבעט ווען דאס פאלק האט מיטגעשפילט און זיך פרובירט פארגלייכן מיט די ערייכונגן פון אמעריקע. רוסישע אנאליסטן האבן פאראויס געזאגט אז רוסלאנד וועט זיין אייניג ווי די אמעריקאנער לעבנ'ס סטיל ביז די 80'גער יארן און דאס האט געשטופט יונגע רוסישע סטודענטן צו פילע ערייכונגן אין טעכנאלאגיע אין וויסנשאפט, אריינגערעכנט די ספעיס פראגראם אין וועלכע רוסלאנד איז געווען מער פארגעשריטן ווי אמעריקע אין די ערשטע יארן.
שורה 134:
מיט די אריינטרעטונג פון ברעזנעוו האט זיך געענדיגט די די-סטאליניזאציע תקופה און די רעגירונג האט ווידער אנגעהויבן ארעסטירן טויזנטער און פארבאטן אנצוגיין מיט אנטי סטאלין באוועגונגן. די קאמוניסטישע פאליציי איז געווארן די וועלט באוואוסטע קעי-דזשי-בי וועלכע האט זיך אפגעגעבן מיט'ן פארשן און פייניגן די אנטי קאמוניסטן און רעגירונג שפעקולירער. אסאך אנגעזעענע שרייבער און פארטיי פירער זענען פארטריבן געווארן פון לאנד אדער אריינגעשליידערט געווארן אין טורמע.
 
דאס געלט וואס רוסלאנד האט פארמאגט איז פארנוצט געווארן פאר מיליטערישע עריייכונגן ווען די קאלטע קריג איז שוין געווען אין פולן שוואונג. דאס האט אריינגעפירט רוסלאנד'ס עקאנאמיע אין טיפן אפגרונד און די רעזולטאט איז געווען, דער עווענטועלער צוזאמענפאל פון די סאוויט יוניאן . דידער סאוויעט יוניאןסאוועטן־פארבאנד האט פשוט נישט געקענט קאנקורירן מיט די פאראייניגטע שטאטן וועלכע האט גענאסן פון א געזונטע עקאנאמיע ווען אין דער זעלבער צייט זענען די רוסישע געגאנגן הונגעריג. די שטיצע פאר קאמוניזם האט אנגעהויבן פארלירן איר מאמענטום און דערצו איז ברעזנעוו קראנק געווארן און די רעגירונג האט פארפעלט צו ראטעווען דעם מצב.
 
 
שורה 225:
== קאמוניזם אין אזיע ==
 
מאנגאליע איז געווען די ערשטע לאנד אויסער דידער סאוויעט יוניאןסאוועטן־פארבאנד צו אדאפטירן א קאמוניסטישע רעזשים. דאס לאנד איז ארגינעל געווען א טייל פון די כינעזער אימפעריע בעפאר די ערשטע וועלט קריג און נאך די קריג איז געווען א קאנפליקט צווישן כינע און רוסלאנד ווער עס זאל קאנטראלירן די רעגירונג. אין 924' איז די רעגירונג געגאנגען קאמוניסטיש אונטער די איינפלוס פון רוסלאנד און איז געבליבן געטריי צו די סאוויעטן ביז איר אונטערגאנג. דורכאויס די יארן האט מאנגאליע צוויי מאל געשיקט טרופן צו העלפן די סאוויעטן קעמפן פאר קאמוניזם.
איינמאל די סאוויעט פאראיין איז צוזאמענגעפאלן האט אויך אנגעהויבן בלאזן רעפארם אין מאנגאליע וועלכע האט פארלאזט קאמוניזם אין 93' און האט ערוועלט א פרעזידענט אין דעמאקראטישע וואלן צום ערשטן מאל.
שורה 232:
די קאמוניסטן האבן געהאט א שטארקע איינפלוס אין יענע צייטן און האבן געארבעט אויף דרום וויעטנאם איר צו נעמען אונטער קאמוניסטישע הערשאפט. דאס האט געפירט צו א מיליטערישע קאנפליקט אין וועלכע אמעריקע האט זיך אריינגעמישט און געשיקט טרופן צו ראטעווען דרום וויעטנאם פון די קאמוניסטישע נעגל. אמעריקאנער אויסערן פאליסי סטראטעגיסטן זענען געווען ביי דער מיינונג אז אויב גאנץ וויעטנאם וועט גיין קאמוניסטיש וועט קאמוניזם זיך שנעל פון דארט פארשפרייטן איבער גאנץ אזיע און נאך ווייטער.
 
אבער נאכ'ן נעמען שווערע פארלוסטן עטליכע יארן נאכאנאנד, האבן אמעריקאנער אינדערהיים פראטעסטירט קעגן די מלחמה און אמעריקע האט זיך ארויסגעצויגן פון דארט אין 975'. ווי נאר אמעריקע האט פארלאזט דרום וויעטנאם איז גאנץ וויעטנאם פאראייניגט געווארן אונטער קאמוניסטישע הערשאפט וועלכע איז געשטיצט געווארן דורך דידער סאוויעט יוניאןסאוועטן־פארבאנד.
 
אינדערצווישן איז אויך די דערנעבנדיגע קאמבאדיע געווארן קאמוניסטיש אונטער כינעזער איינפלוס. דאס איבערגאנג צו קאמוניזם דארט איז געגאנגן מיט גרויס ברוטאליקייט פון וועלכע 1.7 מיליאן מענטשן האבן פארלוירן זייערע לעבנס אין קאנפליקט און פון הונגער און פיין. אמעריקאנער כוחות האבן אויך אין קאמבאדיע פרובירט אפהלטן די קאמוניסטן אבער האבן נאר דורכגעפירט לופט קאמפיינען וועלכע האט נישט מער ווי געשפעטיגט די גרינדונג פון די קאמוניסטישע רעגירונג. אין 79' האט וויעטנאם אינוואדירט קאמבאדיע און איינגעשטעלט א פרא וויעטנאם רעגירונג וועלכע האט נאכגעפאלגט די סאוויעטישע מאדעל פון קאמוניזם און איז נישט געווען אזוי ברוטאל. כינע האט פרובירט זיך קעגנשטעלן אבער די סאוויעטן זענען געקומען וויעטנאם צו הילף און כינע האט זיך צוריק געצויגן.
שורה 292:
== קאמוניזם אין מזרח אייראפע היינטיגע צייטן ==
 
די קאמוניסט פארטיי אוו דידער סאוויעט יוניאןסאוועטן־פארבאנד (סי-פי-עס-יו) איז אפגעשטארבן אינאיינעם מיט די סאוויעט פאראיין אין 91' און איז אויפגעלעזט געווארן א מאנאט דערויף. די 15 געוועזענע סאוויעטישע רעפובליקס זענען צעטיילט געווארן צו זעלבשטענדיגע לענדער און די קאמוניסטישע פארטיי איז פארבאטן געווארן פון עקזיסטירונג.
 
מיט דער צייט האבן די קאמוניסטישע שטיצער צוריק אויפגעבויט זייערע פארטייען אבער מיט אנדערע ווארצלן און נייע נעמען און האבן מער נישט פרובירט נעמען די מאכט מיט געוואלד. די נייע קאמוניסטישע פארטייען האט מען גערופן די נעא-קאמוניזם און זיי עקזיסטירן היינט אין אלע לענדער וואס האבן באלאנגט פאר די סאוויעט פאראיין.