אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "האקיידא"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
 
מאין תקציר עריכה
שורה 1:
[[טעקע:Japan Hokkaido large.png|קליין|250px|דער אינזל האקיידא (טונקל־גרין אויף דער מאפע)]]
'''האקיידא''' ([[יאפאניש]]: ''Hokkaidō'' 北海道) איז דער צווייטער גרעסטער [[אינזל]] אין [[יאפאן]] (נאך [[האנשו]]) און דער 21סטער גרעסטער אינזל אין דער וועלט. דער גאנצער אינזל איז איין [[פרעפעקטורן פון יאפאן|פרעפעקטור]] וואס איז דער מערסט צפונדיקער און דער גרעסטער פרעפעקטור אין גאנץ יאפאן. צווישן האקיידא און האנשו געפינט זיך דער [[צוגארו דורכגאס]] (''Tsugaru''). אונטער דעם דורכגאס גייט דער [[סייקאן טונעל]] (''Seikan Tunnel''), וואס איז לאנג 53.85 [[ק"מ]] און איז דער לענגסטער [[באן]] טונעל אין דער וועלט. די גרעסטע שטאט אויפן אינזל איז [[סאפארא]] (''Sapporo''), די הויפטשטאט פונעם פרעפעקטור.
 
דער אינזל געפינט זיך ביים צפון עק פון יאפאן, לעבן [[רוסלאנד]], און איז ארומגענומען מיט דעם [[פאציפישער אקעאן|פאציפישן אקעאן]], דעם [[יאפאנער ים]] און דעם [[אכאצקער ים]]. דער צענטער פונעם אינזל שפארט איין עטלעכע [[בארג]]קייטן און אויך [[וואולקאן|וואולקאנישע]] פלוינען. דער אינזל איז טעטיק סייסמיש, און ליידט פון כסדרדיקע [[ערדציטערניש]]ן.