אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ווילנער גאון"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
מאין תקציר עריכה
שורה 5:
דער ווילנער גאון איז געבוירן געווארן [[ט"ו ניסן]] [[ה'ת"פ]] לפ"ק, צו זיין פאטער ר׳[[שלמה זלמן]], דעם אייניקל פֿון ר׳[[משה קרעמער]] און ר׳[[משה רבקש]].
 
וואו ער איז געבוירן געווארן איז א קעגנשאפט פון וויכּוחים. עטלעכע היסטאריקערס האלטן, אז זיין געבורטסארט איז געווען [[סעליץ]], א דערפל נישט ווייט פון [[בריסק]], פון וואנעט שטאמט זיין מאמע. אנדערע זענען אויף דער מיינונג, אז ער איז געבוירן געווארן איזאין [[ווילנע]] גופא. סיי ווי סיי לויט אלע סימנים האט אליהו פארבראכט זיין קינדהייט אין ווילנע<ref name=Katz03/><ref name=Melzen90/>.
 
יינגלווייז האט אליהו באוויזן זיין נטיה צו לימוד. אין עלטער פֿון זעקס יאר מיט א האלב האט ער געזאגט א דרשה אין דער גרויסער ווילנער שול פאר די גדולי ווילנא. יענעם שבת האט אים פֿארהערט ר׳העשיל, דער ראש בית־דין,. בעטנדיקער האט אים געבעטן צו זאגן אן אנדער דרשה, וואס ער זי האט נישט אויסגעלערנט מיט זיין טאטען,. און אלע זענען נשתּומם געווארן פֿון זיין נייער רייד, וואס ער האט צוגעגרייט אין איין שעה<ref name=Katz03/><ref name=Melzen90/>.
 
פון אלס גאר יונג קינד האט מען געזען אויף דעם קליינעם אליהו סימנים פון א געטליכן עילו'יש קינד, מיט א געבעטשן מח, וואס כאפט אויף און פארשטייט אלץ אין דער וועלט. ביי די זעקס יאר האט ער שוין גע'דרשנ'ט אין דער גרויסער שטאטישער [[בית הכנסת]]. ביי די צען יאר האט שוין קיין מלמד נישט געקענט לערנען מיט אים, איבערשטייגענדיג יעדן וואס איז געקומען מיט אים אין תורה'דיגער בארירונג. {{מקור}}