אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "כוזרים"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ Bot: Migrating 47 interwiki links, now provided by Wikidata on d:q173282 (translate me)
רעליגיע
שורה 4:
== שפּראַך ==
די כאַזאַרן האָבן גערעדט אַ הײַנט געשטאָרבענע שפּראַך, װאָס האָט בפֿירוש געהערט צו טירקישע שפּראַכן<ref name=Erdal07/>, הגם ס׳איז געװען אין גאַנצן ניט קלאָר פֿריער<ref name=Harkavy65/>. די כאַזאַרן אַלײן האָבן באַניצט אַ [[רונען|רונישן]] כּתבֿ, װאָס איז אָבער הײַנט אוממעגלעך צו פֿאַרשטײן, און אַזױ אַרום כּמעט אַלע לינגװיסטישע ראיות קומען פֿון [[העברעיש|לשון־קודשדיקע]], [[אַראַביש]]ע, [[גריכיש]]ע און אַנדערע מקורים. דער פֿרעג װעגן באַציִונגען פֿון דער כאַזאַרישער שפּראַך איז װײַט נישט ‫בולט‬, ס׳איז אַפֿילו שװער צו אַנטשײדן, צי די שפּראַכן פֿון [[טשוּװאַשן]] און [[װאָלגע־בולגאַרן]], װאָס שליסן אײַן זײער אַ ספּעציפֿישע צװײַג פֿון טירקישע שפּראַכן, זענען קרובֿים צום כאַזאַרישן לשון<ref name=Erdal07/>.
 
== רעליגיע ==
תּחילת זענען די כּוזרים געװען [[פּאַגאַנער]]: זײ האָבן געדינט נאַטירלעכע כּוחות און האָבן געשמועסט מיט גײַסטער דורך [[שאַמאַנען]]. דער [[פּאַנטעאָן]] פֿון געטער בײַ כאַזאַרן איז געװען ענלעך צו דעם פֿון אנדערע טירקישע (און מאָנגאָלישע) שבֿטים. בראָש פֿונעם פּאַנטעאָן איז געשטאַנען [[טענגרי]], דער גאָט פֿון הימל און, לױט זײער פֿאָרשטעלונגען, דער שאַפֿער פֿונעם עולם. אַנדערע געטער האָבן כּולל געװען כּלערלײע שליטות פֿון נאַטור. זײ האָבן אױך געהאַט אַ געטין פֿון פֿרוכטבאַרקײט, װאָס איז דער געװײנלעכער שטײגער אין פּאַגאַנישע שיטות, װאָס זײ האָבן זי גערופֿן אומײַ<ref name=Flerova01/><ref name=Brook06/>.
 
זײ האָבן אָפּגעגעבן כּבֿוד חיות און כאַזאַרישע שבֿטים האָבן געהאַט אײגענע [[טאָטעמס]]. ס׳איז אױך געװוּסט, אַז כאַזאַרישע שאַמאַנען פֿלעגן געבן קרבנות צו דעמבער, באשר דאָמב איז געװען בײַ זײ און אנדערע טירקן אַ הײליקער בױם<ref name=Brook06/>.
 
כּוזרים האָבן געבױט ספּעציעלע מזבחות און [[געצן]], געמאַכט [[אַמולעט]]ן און כּלערלײע בילדער אױף כּלים און אנדערע זאַכן מיט רעליגיעזע סימבאָלן און סצענעס<ref name=Pletneva99/><ref name=Flerova01/><ref name=Brook06/>. די דאָזיקע אָפּמאָלונגען װײַזן אמתע און מעשהדיק חיות, מענטשן און אַבסטראַקטע פֿיגורן. דער טײַטש פֿון זײ איז אָבער נישט תּמיד קלאָר און למשל געשטאַלטן פֿון הױפּטגעטער אָדער שאַמאַנען זענען צװישן זײ ניטאָ<ref name=Flerova01/>.
 
== רעפֿערענצן ==
שורה 12 ⟵ 19:
<ref name=Erdal07>Erdal M (2007) The Khazar language. ''In: Golden PB, Ben-Shammai H, Róna-Tas A (eds) The World of Khazars: New Perspectives'': 75–108</ref>
<ref name=Harkavy65>Гаркави АЯ (1865) О языке Евреев, живших в древнее время на Руси, и о славянских словах встречающихся у еврейских писателей. Типография Императорской Академии Наук, 65 с</ref>
<ref name=Flerova01>Флёрова ВЕ (2001) Образы и сюжеты мифологии Хазарии. Гешарим, Иерусалим/Москва, 159 с</ref>
<ref name=Pletneva99>Плетнёва СА (1999) Очерки Хазарской археологии. Гешарим, Иерусалим/Москва, 375 с</ref>
}}