אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "זמיטראק ביאדוליא"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 1:
{{יתום}}
 
'''שמואל יעפֿימאוויטש פּלאַווניק''' ({{שפראך-be|Самуіл Яфімавіч Плаўнік}}; {{ר}}23סטן אפריל 1886 - 3טן נאוועמבער 1941), מער באקאנט דורך זיין פסעוודאנים '''זמיטראָק ביאַדוליאַ''', איז געווען אַ קלאַסיקער פון דער ווײַסרוסישער ליטעראַטור פון דער ייִדישער אָפּשטאַמונג.
 
ער איז געבוירן געוואָרן שמואל פּלאַווניק אינעם שטעטל פּאָסאַדעץ, לעבן [[לאהויסק]] אין דער איצטיקער [[מינסקער גובערניע]] פון [[בעלארוס|ווײַסרוסלאַנד]] אין משפּחה פון אַן אַרענדאַר. ער האָט זיך געלערנט אין אַ חדר און דערנאָך אין אַ [[ישיבה]]. שמואל פּלאַווניק האָט אָנגעהויבן צו שרײַבן לידער אין דער פריִער יוגנט אויף העברעיִש און אויף רוסיש. אין 1907 האָט ער דעביוטירט מיט לידער אויף ווײַסרוסיש. זמיטראָק ביאַדוליאַ האָט געשריבן אויף ווײַסרוסיש פּראָזע, פּאָעזיע און פּובליציסטישע ווערק. איבערגעזעצט אין ווײַסרוסיש פון ייִדיש באַזונדערע ווערק פון שלום-עליכם, שמואל גאָדינער אא. די ייִדישע טעמאַטיק האָט פאַרנומען אַ וויכטיק אָרט אויך אין זײַנע ווערק געשריבענע אויף ווײַסרוסיש. אין 1932 האָט ער צונויפגעשטעלט און פאַרעפנטלעכט דאָס ערשטע ייִדיש-ווײַסרוסישע ווערטערבוך.