אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "עמנואל קאזאקעוויטש"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 1:
 
'''עמנואל קאַזאַקעוויטש''' ([[רוסיש]]: Эммануил Казакевич;{{שר}} ;‏ 24סטן פעברואר 1913 - 22סטן סעפטעמבער 1962) איז געווען אַ ייִדישער [[דיכטער]] און אַ שרײַבער. זײַנע לידער האָט עמנואל קאַזאַקעוויטש געשריבן אויף [[ייִדיש]] און די פּראָזע-ווערק – איבערהויפּט אויף רוסיש.
 
== ביאגראפיע ==
שורה 6:
עמנואלס פאָטער איז געווען אַ ייִדישער פּובליציסט און ליטעראַטור-קריטיקער [[הענעך קאַזאַקעוויטש]]. אין 1932 איז דער קומענדיקער שריפטשטעלער צוזאַמען מיט זײַנע עלטערן אַריבערגעפאָרן פון אוקראַיִנע קיין [[ביראָבידזשאַן]]. אין 1933 – 1934 איז ער געווען דער דירעקטאָר פונעם ביראָבידזשאַנער ייִדישן מלוכה-טעאַטער און דער אָנפירער פון די געגנטלעכע ראַדיִאָ-אויסדיקציעס אויף ייִדיש. שפּעטער איז ער געוואָרן דער פאַרוואַלטער פון דער ליטעראַרישער אָפּטיילונג פון "[[ביראבידזשאנער שטערן|ביראָבידזשאַנער שטערן]]".
 
פאַרעפנטלעכן לידער האָט ער אָנגעהויבן אין 1932 אויף די שפּאַלטן פון דער צײַטונג "ביראָבידזשאַנער שטערן", וואָס איר ערשטער רעדאַקטאָר איז געווען זײַן פאָטער. אין דעם זעלבן יאָר איז דערשינען זײַן ערשטע לידער-זאַמלונג "בירעבידזשאַנבוי". אין 1939 איז דערשינען די צווייטע לידער-זאַמלונג ,גרויסע וועלט". אין 1941 האָט עמנואל קאַזאַקעוויטש פאַרעפנטלעכט אַ ראָמאַן אין פערזן "שלום און חווה". ער האָט אויך איבערגעזעצט אין ייִדיש לידער פון אלכסנדר[[אלעקסאנדער פושקין|אלעקסאנדער פּושקין]], מיכאַיִל לערמאָנטאָוו און וולאַדימיר מאַיאַקאָווסקי, אָנגעשריבן פאַרן ביראָבידזשאַנער טעאַטער די פּיעסע "מילך און האָניק", פאַרעפנטלעכט צוויי פּובליציסטישע ביכער – "ביראָבידזשאַן" (1939, צוזאַמען מיט דוד בערגעלסאָן) און "דער וועג קיין בירעבידזאַן" (1940).
 
זינט 1938 האָט עמנואל קאַזאַקעוויטש געלעבט אין מאָסקווע און מיטגעאַרבעט מיטן ייִדישן פאַרלאַג "דער אמת". אין 1941 – 1945 האָט ער געקעמפט אויפן פראָנט אין די רייען פון דער רויטער אַרמיי. אין דער תקופה האָט ער פּראַקטיש זיך ניט געדרוקט. ס'איז באַוווּסט בלויז זײַנס אַ ליד, וואָס איז פאַרעפנטלעכט געוואָרן אין דער קאָלעקטיווער זאַמלונג פון סאָוועטישע ייִדישע שרײַבער "פאַרן היימלאַנד, אין שלאַכט!"
נאָך דער מלחמה האָט ער אָנגעהויבן צו שרײַבן פּראָזע אויף רוסיש. זײַנע ערשטע פּראָזע-ווערק האָט ער געשאַפן סײַ אויף ייִדיש סײַ אויף רוסיש . דאָס זײַנען געווען די גרעסערע דערציילונג "די גרינע שאָטנס" ([[מאָסקווע]] 1947 און [[וואַרשע]] 1954), וואָס איר רוסישער וואַריִאַנט איז אָנגערופן געוואָרן «Звезда» (בוכשטעבלעך - "דער שטערן"), און דער ראָמאַן "דער פרילינג אויפן אָדער" ([[מאנטעווידעא|מאָנטעווידעאָ]] 1950), וואָס הייסט אויף רוסיש "Весна на Одере". אָט די ווערק האָבן באַרימט געמאַכט קאַזאַקעוויטשן אַלס רוסישער פּראָזע-שרײַבער.
 
זײַנע שפּעטערדיקע פּראָזע-ווערק האָט ער געשריבן בלויז אויף רוסיש און בלויז פון צײַט צו צײַט פאַרעפנטלעכט אויף ייִדיש אַרטיקלען אין דער וואַרשעווער צײַטונג "[[פאָלקס-שטימע]]". דאָס רוב קאַזאַקעוויטש פּראָזע-ווערק זײַנען געווידמעט דער צווייטער וועלט-מלחמה.
 
ער איז געשטאָרבןנפטר געווארן אין 1962 אין [[מאָסקווע]], און באערדיקט געווארן אינעם [[נאוואדעוויטשער בית עולם]].
 
{{גרונטסארטיר:קאזאקעוויטש, עמנואל}}
[[קאַטעגאָריע:רוסישע יידן]]
[[קאַטעגאָריע:יידיש שפראך דיכטער]]
[[קאַטעגאָריע:שרייבערס]]