אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ירושלימער אלמאנאך"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
געשאַפֿן בלאַט מיט '== ירושלימער אלמאנאך == "ירושלימער אַלמאַנאַך" איז אַ צײַטשריפט פאַר ליטעראַטור, קולטור...'
 
אין תקציר עריכה
שורה 5:
לכתחילה איז דער אַלמאַנאַך געווען אַן אָרגאַן פון אַ גרופּע ייִדישע דיכטער און שרײַבער, וועלכע האָבן געוווינט אין ירושלים. אין המשך האָבן אָנגעהויבן פאַרעפנטלעכן אין אים זייערע ווערק שרײַבער, דיכטער און פאָרשער פון אַנדערע שטעט פון ישראל, ווי אויך פון אויסלאַנד - פאַרייניקטע שטאַטן, אויסטראַליע, אייראָפּע. צווישן די שריפטשטעלער, וואָס האָבן זיך געדרוקט אינעם אַלמאַנאַך, זײַנען געווען: לייב אוליצקי, רחל בוימוואָל, חיים מאַלטינסקי, חנא שמערוק, דב סדן, אברהם סוצקעווער, מרדכי צאַנין און אַ סך אַנדערע. נישט געקוקט אויף אַ שוואַכער עקאָנאָמישער באַזע, האָט זיך אײַנגעגעבן אַרויסלאָזן ביז איצט 29 בענדער (דער לעצטער באַנד – אין 2012). צווישן די מיטרעדאַקטאָרן, וועלכע האָבן געאַרבעט צוזאַמען מיט יוסף קערלער, זײַנען געווען דוד ספרד (1973 - 1982), אפרים שעדעלצקי (1982 – 1992) און דב-בער קערלער (1993 – 1998).
יוסף קערלער האָט רעדאַגירט די צײַטשריפט כמעט ביז דעם לעצטן יאָר פון זײַן לעבן. נאָך זײַן טויט איז דער רעדאַקטאָר פונעם "ירושלימער אַלמאַנאַך" געוואָרן זײַן זון דב-בער קערלער.
 
 
===== אויסערלעכע לינקען =====
 
וועב-זײַטל פונעם "ירושלימער אַלמאַנאַך" - https://sites.google.com/site/jalmanakh/