אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דייטש"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ Bot: Migrating 212 interwiki links, now provided by Wikidata on d:q188 (translate me)
שורה 11:
 
== אין אנדערע לענדער ==
אויסער די גרענעצן פון דייטשלאנד זענען פאראן ארום 10 מיליאן מענטשן װאָס רעדן דייטש איבער דער וועלט. [[עסטרייך]] האט ארום 7 מיליאן דייטש רעדנדיגע, [[שווייץ]] האט 3.5 מיליאן דייטשע רעדנדיגע און [[לוקסעמבורג]] ארום 300,000. אויך אין [[צפון איטאליע]] און אין די פראנצויזישע ראיאנען פון [[עלזאס]] און [[לאטארינגיע]] געפינט מיט געמיינדעס וואו מען רעדט דייטשיש.

עס איז פאראן נאך א געוואלד מיט דייטש רעדנדיגע איבער אייראפע וועלכע זענען אנטלאפן פון דייטשלאנד דורכאויס און נאך דעם צווייטן וועלט קריג.
 
אין אמעריקע איז פאראן א גרויסע גרופע פון דייטשע רעדנדיגע אין [[פענסילוועניע]]. די גרופע ווערט אנגערופן די פענסילוועניע דויטש. די גרופע האט אימיגרירט פון דייטשלאנד קיין אמעריקע אינעם [[18טער י"ה|18טן יארהונדערט]] און זיך באזעצט אין דרום-מזרח פענסילוועניע. אין [[קאנאדע]] איז פאראן ארום 330,000 דייטש רעדנדיגע, אין [[בראזיל]] ארום א האלב מיליאן, און אין דער [[ארגענטינע]] ארום 250,000.