אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מעדיצין"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 17:
 
== היסטאריע ==
דער 19טער יארהונדערט האט געברענגט א שטארקע אנטוויקלונג אין מעדיצין. מען איז געוואויר געווארן אז עטלעכע קראנקייטן און אינפעקציעס קומען פון גאר קליינע באשעפענישן - די [[באקטעריע]]. אין 1862 האט [[לואי פסטער]] געשאפן אימוניזירונגען קעגן [[הידראפאביע]], [[אנטראקס]] און [[כאלערע]], און האט רעקאמענדירט אז מ'זאל אנווארעמען מילך צו היטן קעגן באקטעריע, וואס מ'רופט [[פאסטעריזאציע]].
 
אין דעם סוף פון דעם 19טן יארהונדערט זענען געווען א סעריע פון אנטדעקונגען וואס האבן שטארק געענדערט די וועלט פון מעדיצין. אין [[1895]] האט [[ווילהעלם רענטגן]] אנטפלעקט די [[רענטגן שטראלן|שטראלן]] וואס מען רופט אויף זיין נאמען. אין [[1898]] האבן [[פיער קירי|פיער]] און [[מארי קירי]] אנטפלעקט ראדיאאקטיוויטעט. אין דעם פעלד פון [[גייסטיקע קרענק]] האט [[זיגמונד פרויד]] אוועקגעלייגט די יסודות פון [[פסיכיאלאגיע]]. די פעלדער פון [[כעמאטעראפיע]], [[אימונאלאגיע]] און [[דערנערונג]] זענען געווארן אנטוויקלט אין דעם 20סטן יארהונדערט.