אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אשכנזים"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מאין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 1:
'''אַשכּנזים''' זענען [[ייִד]]ן, װאָס שטאַמען פֿון דער צענטרעלערצענטראַלער און מזרח־[[אײראָפּע]]. די אַשכּנזישע קולטוראַלע מסורות זענען פֿאָרמירט געװאָרן אין מיטל־עלטערישן [[דײַטשלאַנד]] (אַשכּנז) און פֿריִער אױך אין [[פֿראַנקרײַך]] (צרפֿת). זינט [[19טער י"ה|19טן יאָר־הונדערט]] ביז צו טאָג זענען די אַשכּנזים די גרעסטע עטנישע גרופּע ייִדן.
 
== דער נאָמען "אַשכּנז" ==
מיט דעם װאָרט "אַשכּנז" האָט מען אין מיטל־עלטערער ליטעראַטור באַצײכענט אַלע דײַטשיש־רײדנדיקע לענדער, און אַזױ האָבן די ייִדן, װאָס זענען אין דאָזיקע שטחים געװױנט, באַקומען זײַן נאָמען. די דײַטשע אַשכּנזים (אַשכּנז א) האָבן דעם נאָמען איבערגעטראָגן אױף מזרח צוזאַמען מיט זײַן קולטור<ref name=Weinreich73/><ref name=Katz98/>.
 
לכתּחילה איז "אַשכּנז" געװען אַ נאָמען פֿון אַ [[תנ"ך|תּנ״כישער]] פּערזענלעכקײַט און פֿאָלק. אַשכּנז איז געװען אײנער צװישן די זין פֿון [[גומר]], דעם זון [[יפֿתּ]]ס, אין [[בראשית]].
 
== שפּראַכן ==
דאָס רובֿ אַשכּנזים פֿלעגן רעדן [[ייִדיש]] פֿאַר דער [[צווייטע וועלט־מלכמה|צװײטער װעלט־מלכמה]]. הײַנט רעדן זײ בכּלל אַנדערע שפּראַכן ([[ענגליש]], [[רוסיש]] וכדומה) אין לענדער פֿון [[גלות]] און מאָדערנעם [[עבֿרית]] אין [[מדנת ישראל]], הגם דאָס ייִדיש איז נאָך די שפּראַך פֿון פֿרומע קרײַזן און אױך פֿון עלטערע מעטנשן. אין מערבֿ־אײראָפּע האָבן די אַשכּנזים אױפֿגעהערט צו ניצן דעם ייִדיש אַפֿילו פֿריער אונטער דער השפּעה פֿון [[השׂכּלה]]<ref name=Weinreich73/>.
 
פֿאָר ייִדיש פֿלעגן די (פּרע־)אַשכּנזים באַניצט [[לעזיש]]ע שפּראַכן אין מערבֿ־אײראָפּע און די ייִדן אין סלאַװישע לענדער ([[כנען (מיטל־עלטערישע לענדער)|כּנענים]]), װאָס זענען שפּעטער אַסימילירט געװאָרן דורך אַשכּנזים, האָבן גערעדט אַ פּנים סלאַװישע שפּראַכן<ref name=Weinreich73/><ref name=Jacobs05/><ref name=Wexler87/>. לױט די טעאָריעס פֿון [[דוד קאַץ]] האָט טײל אַשכּנזים אינעם [[מיטל־עלטער]] גערעדט אַן אַנדערע דײַטשיש־באַזירטע שפּראַך (אין [[לותיר]], אזױ גערופֿענע "בני־הית"<ref name=Weinreich58/>) און ייִדיש גופֿא איז גערעדט געװאָרן תחילת אין דרום־מזרחדיקן דײַטשלאַנד, װוּ די ייִדן האָבן פֿריִער באַניצט אַראַמיש אַלץ זײַן טאָגטעגלעכע שפּראַך<ref name=Katz85/><ref name=Katz91/>. (חוץ דעם, עטלעכע אַנדערע מחברים האַלטן, אַז ייִדיש איז יאָ געבאָרן געװאָרן אױף [[דונײַ]] ברעגן<ref name=King92/><ref name=Eggers98/>.)
 
== רעפֿערענצן ==
{{רעפליסטע
|refs=
<ref name=Katz98>קאַץ ה־ד (1998) פאַרװאָס הײסן מיר "אשכנזים"? ''ירושלימער אַלמאַנאַך'' '''26''': 235–249</ref>
<ref name=Weinreich73>װײַנרײַך מ (1973) געשיכטע פֿון דער ייִדישער שפּראַך: באַגריפֿן, פֿאַקטן, מעטאָדן. ייִװאָ, ניו יאָרק, אין 4 בענד</ref>
<ref name=King92>King RD (1992) Migration and linguistics as illustrated by Yiddish. In: ''Reconstructing Languages and Cultures'': 419–439</ref>
<ref name=Wexler87>Wexler P (1987) Explorations in Judeo-Slavic Linguistics. E.J.Brill, Leiden, 289 pp</ref>
<ref name=Jacobs05>Jacobs NG (2005) Yiddish: A Linguistic Introduction. Cambridge University Press, 348 pp</ref>
<ref name=Katz85>Katz D (1985) Hebrew, Aramaic and the rise of Yiddish. In: ''JA Fishman (ed) Readings in the Sociology of Jewish Languages'': 85–103</ref>
<ref name=Katz91>Katz D (1991) The children of heth and the ego of linguistics: a story of seven Yiddish mergers. ''Trans Philol Soc'' '''89''': 95–121</ref>
<ref name=Eggers98>Eggers E (1998) Sprachwandel und Sprachmischung im Jiddischen. Frankfurt am Main: Peter Lang, 494 pp</ref>
<ref name=Weinreich58>װײַנרײַך מ (1958) בני־הית און בני־חית אין אַשכּנז: די פּראָבלעם — און װאָס ‫זי לאָזט אונדז העדן. ''ייִװאָ בלעטער'' '''41''': 102–123</ref>
}}
 
 
[[קאַטעגאָריע:יידישע שטרעמונגען]]