אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רויטער קרייץ"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
טויזנענטער --> טויזנטער
שורה 1:
'''דער רויטער קרייץ (Red Cross)''' איז אן אינטערנאציאנאלע נייטראלע ארגאניזאציע וועלכע איז געווידמעט צו העלפֿן פארוווּנדעטע אין א קריג און ארויסהעלפן די ציווילע מיט עסן און מעדיצין ווען עס פעלט זיך אויס. די הויפט ביוראס זיינען פלאצירט אין [[גענף]]- אין דער [[שווייץ]].
 
די רויטע קרייץ איז היינט א פארנומענע ארגאניזאציע מיט טויזענטערטויזנטער וואלונטירן ארום די וועלט וועלכע העלפן ארויס די ארימע לענדער מיט עסן אין מעדיצין ווען עס פאסירן קאטאסטראפעס ווי פארפלייצונגן, ערדציטערנישן, עפידימיקס, און אנדערע פראבלעמען.
 
די רויטע קרייץ איז הויפטקווארטירט אין דזשעניווע, שווייץ, און פארמאגט אפטיילונגן אין 160 לענדער ארום די וועלט, אריינגערעכנט די אמעריקאנער רויטע קרייץ וועלכע איז באוואוסט אלס די מערסט אקטיווע אפטיילונג.
שורה 8:
די רויטע קרייץ באזוכט א יאר ארום א האלב מיליאן ארעסטאנטן אין 1,900 טורמעס אין 80 לענדער ארום די וועלט זיכער צו מאכן אז זיי ווערן געהאלטן מיט יושר. די ארגאניזאציע טראגט און ברענגט ארום 1.3 מיליאן מעסעדזשעס פער יאר צווישן די ארעסטאנטן און זייערע פאמיליעס אדער אנדערע נאנטע. די ארגאניזאציע אראנזשירט ארום 55,000 באזוכונגן צו ארעסטאנטן דורך פאמיליע.
 
א דאנק די רויטע קרייץ טרעפן זיך ארום 2,500 מענטשן מיט זייערע פאמיליע מיטגלידער וועלכע זיי האבן שוין נישט געזען פאר יארן אדער קיינמאל. פון צענדליגער טויזענטערטויזנטער פארלוירענע וועלכע ווערן איינגעגעבן דורך זייערע פאמיליעס, טרעפט די רויטע קרייץ ארום 1,600 פון זיי פער יאר. ארום 6,000 מענטשן באקומען רייזע דאקומענטן מיט די הילף פון די רויטע קרייץ צו קענען אנקומען אהיים צו זייערע פאמיליעס.
 
די ארגאניזאציע שטעלט צו הילף פאר 67 שפיטעלער אין 18 ארימע לענדער ארום די וועלט. די ארגאניזאציע האט אפילו אייגענע דאקטוירים וועלכע בא'הנדל'ן ארום 30,000 פאציענטן פער יאר.
 
יעדעס יאר ברענגן זיי הילף צו טויזענטערטויזנטער פארוואונדעטע אין אלע קאנפליקטן ארום די וועלט. אין דעם פארגאנענעם יאר אליינס האט די ארגאניזאציע געגעבן הילף פאר נאנט צו 100,000 פארוואנדעטע אין 55 באזונדערע פראיעקטן אין 21 לענדער ארום די וועלט.
 
א דאנק די הילף פון די רויטע קרייץ געניסן איבער 100 מיליאן מענטשן ארום די וועלט פון פרישע וואסער און סאניטאציע סיסטעמען.