אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "בני יואל"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 37:
אזוי ווי די בני יואל אידן האבן נישט געהאט קיין זאל אין קרית יואל וואו צו מאכן חתונה, די צענטראלע קהילה האט זיי גע'אסר'ט, און זיי אליין ווילן נישט נעמען דער קרית יואל'לער רב רבי [[אהרן טייטלבוים]] פאר זייער מסדר קידושין, האבן זיי זיך געבויעט א אייגן חתונה זאל. עס האט זיך אנגעהבוין גאר א גרויסע מהומה אין קרית יואל, ווייל די צענטראלע קהילה האט געהאלטן אז דאס איז קעגן די אנגענומענע אלטע תקנה אז א פרעמדע רב טאר נישט מסדר קידושין און א פרעמד שטאט אן רשות פון די מרא דאתרא. רוב רבנים וואס געהערן צו סאטמאר האבן מתיר געווען צו חתונה מאכן דארט און דאס זענען ווי פאלגענד: הגאון רבי [[אברהם לייטנער]] מאנטעווידער רב ז"ל, און להבדיל בין חיים לחיים רבי [[ישראל חיים מנשה פרידמאן]] דער ראב"ד פון סאטמאר מהרז"ל - וויליאמסבורג, און דער גאנצער וויליאמסבורגער סאטמאר מהרז"ל בית דין הגאון רבי [[שלמה לייב וויינבערגער]] פאיע'ער רב, הגאון רבי [[זלמן לייב פילאפ]]. הגאון רבי [[יואל מארגענשטערן]] שארמאשער רב, הגאון רבי [[מאיר יודא טענענבוים]] טשאטעהר רב, הגאון רבי [[מנשה פילאפ]] חבר בית הוראה פון וויליאמסבורג.
 
אויך האבן שוין דארט מסדר קידושין געווען קאשויער רב [[ר' אליעזר חיים בלום]] און זיין ברודער [[ר' שמחה ישראל בלום]], שאפראנער רב. הרב [[משה דוב קויפמאן]] ראה"כ פון דרך החיים.
 
און פון די אנדערע זייט איז דא איינער וואס האט עס גע'אסר'ת בכתב, הגאון רבי [[געציל בערקאוויטש]] דער ארגינעלער דיין פון קרית יואל היינט פון די [[אהרונים]] קהלה.