אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "קארלין סטאלין"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
בילדער
אין תקציר עריכה
שורה 3:
דער צווייטער רבי איז געווען זיין זון הר"ר '''[[אשר פון סטאלין]]'''. נאך אים איז געווען רבי זיין זון ר' [[אהרן פערלאוו]], מחבר פון „בית אהרן".
 
נאך אים איז געווארן רבי זיין זון דער צווייטעריונגער רבי הר"ר [[אשר פערלאוו (ב)ֿ|אשר]].
 
ער איז אוועק יונגערהייט איבערלאזנדיג זיין זון [[ישראל פערלאוו|ישראל]] אלס קינד. די חסידים האבן אים אויפגענומען אלס קינד, דעריבער הייסט ער ''דער ינוקא''.
 
* '''דער יונגער רבי הר"ר [[אשר פערלאוו (ב)ֿ|אשר]]''' האט אנגעהויבן פירן א רעביסטעווע נאך זיין פאטער'ס פטירת אין תרל"ב. ער האט נישט מאריך ימים געווען און ער איז נפטר געווארן נאך א יאר, [[ט"ו אב|חמשה עשר באב]] [[ה'תרל"ג]] ([[1873]]), אין [[דראהביטש]] ביי א מגפה וואס האט געווילדעוועט אין דער שטאט. זיין ערשטע ווייב איז געווען מרת חיה, א טאכטער פון רבי [[מנחם נחום טווערסקי (מאקאראוו)|מנחם נחום טווערסקי]] פון מאקאראוו; זי איז געשטארבן תרל"ג ביים געבורט פון איר טאכטער חנה. זיין צווייטע ווייב איז געווען מרת שרה דבורה, טאכטער פון רבי [[אלימלך שפירא]] פון [[גראדזשיסק (הויף)|גראדזשיסק]] און די אלמנה פון רבי [[יחיאל יעקב האפשטיין]] פון [[קאזשניץ (הויף)|קאזשניץ]].
דער ינוקא האט געהאט עטלעכע קינדער אלע רבי'ס: הר"ר אברהם אלימלך אין קארלין, הר"ר [[יוחנן פערלאוו|יוחנן]] אין [[לוצק]].
 
* '''רבי [[ישראל פערלאוו|ישראל דער סטאלינער "ינוקא"]]''': נאך דער פטירה פונעם יונגן רבי'ן הר"ר אשר, איז זיין זון ישראל געווען אלט נאר פיר און א האלב יאר. טראץ דעם האבן די חסידים געזען אין אים זייער מנהיג, אזוי ווי זיין זיידער רבי אהרן האט שוין געזאגט אויף אים. ביי זיין [[בר מצוה]], [[י' כסלו]] [[ה'תרמ"ב]] ([[1881]]) האבן די זקני החסידים, צווישן זיין רבי [[דוד צבי שלמה בידערמאן]] פון [[לעלאוו (הויף)|לעלאוו]], אים געגעבן א כתב נשיאות. צוליב זיינע יונגע יארן האט מען אים גערופן 'ינוקא'{{הערה|[[ינוקא]] אין [[אראמיש]] איז טייטש א קינד, אבער אין [[קבלה]] מיינט דאס א געהויבענע נשמה גבוהה וואס אנטפלעקט זיך יונגערהייט (אזוי שטייט אין [[זוהר]])}}. דער סטאלינער ינוקא האט געפירט זיין רעביסטעווע 50 יאר. ער האט געהאט צענדליקע טויזנטער חסידים. רבי ישראל איז נפטר געווארן [[ראש השנה]] [[ה'תרפ"ב]] ([[1921]]), ווען ער איז געווען אין [[פראנקפורט]], [[דייטשלאנד]], פאר א רפואה.
 
* רבי ישראל האט איבערגעלאזט זעקס זין, טייל פון זיי האבן געפירט באדמו"רות: דער בכור רבי אשר אין סטאלין (האט נישט געפירט). רבי אהרן אין [[ווארשע]], [[פוילן]], (האט נישט געפירט, אבער ער איז געווען דער מנהיג פון די קארלינער חסידים אין פוילן). רבי יעקב חיים האט געפירט א הויפ אין [[וויליאמסבורג, ברוקלין]] אין די [[פאראייניגטע שטאטן]]; ער איז נפטר געווארן [[ו' אייר]] אין [[דעטרויט]] וואו ער איז געגאנגען צו זיינע חסידים דארט, און ער ליגט אין דעטרויט. רבי משה האט געפירט זיין הויף אין סטאלין. רבי [[אברהם אלימלך פערלאוו|אברהם אלימלך]] האט געפירט אין קארלין. רבי יוחנן האט געפירט אין [[לוצק]]. ביי דער [[חורבן אייראפע]] זענען אומגעקומען פיר פון די ברידער: רבי אשר מיט רבי משה זענען אומגעקומען ביי דער רציחה פון די סטאלינער יידן ערב [[ראש השנה]]; רבי אברהם אלימלך איז דערמארדעט געווארן, אזוי איז אנגענומען ביי די חסידים, [[י"ד חשוון]] תש"ג (1942); רבי אהרן האט מען דערמארדעט אין ווארשע אין חודש אב.
 
זיי זענען באקאנט אלס [[עובדים]] וואס [[שרייען]] [[שאקעלן]] און [[זינגען]] ביים [[דאווענען]].
 
<gallery>
שורה 18 ⟵ 21:
 
</gallery>
 
 
זיידי קארלינער חסידים זענען באקאנט אלס [[עובדים]] וואס [[שרייען]] [[שאקעלן]] און [[זינגען]] ביים [[דאווענען]].
 
== דאס חסידות היינט ==
נאך דער פטירה פון ר' יוחנן האט זיך דאס חסידות צוטיילט. אונטערן נאמען קארלין־סטאלין װערט עס געפירט דורך דער רבי ר' [[ברוך מאיר יעקב שוחט]], אן אייניקל פון דעם קארלין-לוצקער רבי'ן רבי יוחנן. ער וואוינט אין [[גבעת זאב]], נישט ווייט פון [[ירושלים]]. די אנדערע טיילן זענען קהל [[חסידי ירושלים]] און [[פינסק קארלין]].
שורה 31 ⟵ 38:
 
די קארלינער רביס האבן זיך שטענדיג דערקעגנט צו [[ציוניזם]] און דער [[מזרחי]], און האבן אויך נישט געשטיצט פאזיטיוו דעם [[אגודת ישראל]]. היינט איז דאס חסידות נישט אריינגעמישט אין פאליטיק, לויט דער הוראה פונעם פריערדיקן רבי'ן רבי יוחנן.
 
==רעפערענצן==
{{רעפליסטע}}
 
{{חסידישע הויפן|}}