אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שווארץ סלאנים"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 1:
'''שווארצע סלאנים''' ווערט אנגערופען אויך חסידי סלאנים וואס שטייט אונטער די הנהגה פון ר' [[אברהם וויינברג]] פון [[בני ברק]], ער איז אויפגענומען געווארען אלץ סלאנימער רבי נאך דעם וואס זיין זיידע האדמור מסלאנים זצ"ל איז נפטר געווארען.
 
דער סלאנימער רבי פירט זיין עדה חסידים מיט א שטארקייט און פעסטקייט, און מיט זיינע געוואלדיגע ידיעות בתורה ובחסידות לאזט ער זיך הערן בכל עת מצוא. דער רבי איז באקאנט מיט זיין קלוגשאפט און כאריזמאטישקייט, ווי אויך פראקטישקייט, דערצו איז ער אויך א גרויסער מחדש און ווארפט כסדר נייע בליצן און ווערטלעך. אויך איז ער א גרויסער ידען אין סיפורי צדיקים, זיינע מלוה מלכה'עס יעדע מוצאי שבת זענען דורכגעפאלכטן מיט פארצייטישע סיפורים פון פארשידענע הויפן.
 
טראץ דעם אלעמען איז ער א שטארקע נחבה אל הכלים, נישט לאזנדיג אז מען זאל מפרסם זיין אין די צייטונגען איבער אים אדער איבער זיין חסידות. ער באהאלט זיך פיל פון די וועלט.
 
די סיבה פארוואס מרופט זיי שווארצע איז ווייל די קבוצה וואס האט זיך אפגעטיילט נאך בחייו פון דער פריערדיגע רבי און מכתיר געווען חתנו בעל [[נתיבת שלום]] בערך א חודש איידער ער איז נפטר געווארען האט זיי אנגערופען שווארצע חסידים אין אזוי איז געבליבען זייער נאמען אין דער גאס.