אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מלך שפירא"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
קאטעגאריעס; אינטערוויקי
אין תקציר עריכה
שורה 1:
{{נישט פארטיק}}
דר. '''מלך (מארק ב.) שפירא''' (געב' 1966) איז א פראפעסאר פאר יידישע שטודיעס אין דעם [[אוניווערסיטעט פון סקרענטאן]], און איז דער מחבר פון ביכער און ארטיקלען אויף יידישער היסטאריע. שפירא איז א לינקער מאדערן ארטאדאקס. שפירא שרייבט אפט אויף די פאפולערע ספרים בלאג, ווי זיינע סענסעציאנאלע ארטיקלן האבן זיי געמאכט זייער פאפולער, ווי אויך אין אנדערע קובצים, ווי חקירה, תורה ומדע און מילין חביבין, ווי אויך גיט ער שיעורים פאר די אנאן-ליין זייטל "[[תורה אין מאושען]]".
 
שפירא האט באקומען זיין בעטשלאר'ס דיפלאם אין [[בראנדייס אוניווערסיטעט]], און זיין דאקטאראט אין [[הארווארד אוניווערסיטעט]], ווי ער איז געווען דער לעצטער תלמיד צו באקומען א דאקטאראט פון פראפ' [[יצחק אשר טווערסקי]] ז"ל מ'טאלנע, איידעם פון רבי יוסף דוב סאלאווייטשיק.
 
שפירא האט אויך ארויסגעגעבן א ביכל איבער הגר"ש ליבערמאן ז"ל און זיין פארוואלקנטער שייכות צו דער ארטאדאקסישער וועלט, און א בוך איבער הגרי"י וויינבערג ז"ל (חוץ די "כתבי הגאון רבי יחיאל יעקב וויינברג זצ"ל", ב"כ).
 
נאך א ביכל, "טוישן די אומטוישבארע: וויאזוי ארטאדאקסישע אידישקייט שרייבט איבער איר היסטאריע", האט געזאלט געדרוקט ווערן אין 2011, אבער איז אפגעשטיפט געווארן צו 2013 צוליב דעם וואס שפירא האט אוועקגעגעבן אסאך צייט פאר די רייזעס וועלכע ער פירט אן קיין אייראפע און אזו אויך צוליב די חומר פאר דעם בוך איז פיל מער ווי ערווארטעט.
 
== זעט אויך ==