אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ישראל סאלאנטער"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
געשאַפֿן בלאַט מיט 'רבי ישראל ליפקין, באקאנט אלס "ישראל סאלאנטער" (געבוירן ו' חשוון ה'תק"ע נאוועמבער 3 1810 אין ...'
 
אין תקציר עריכה
שורה 1:
רבי ישראל ליפקין, באקאנט אלס "ישראל סאלאנטער" (געבוירן ו' חשוון ה'תק"ע נאוועמבער 3 1810 אין זשאגארע, [[ליטע]] - געשטארבן כ"ה שבט ה'תרמ"ג פעברואר 2 1883 אין [[קאניגסבערג]], [[דייטשלאנד]]) איז געווען דער גרינדער פון די [[מוסר באוועגונג]] און א באקאנטער [[ראש ישיבה]] און [[תלמיד חכם]]. מען האט אים גערופן "סאלאנטער" ווייל רוב פון זיין ערציאונג איז געווען אין [[סאלאנט]] (היינט סאלאנטעי, ליטא) ווי ער האט געלערנט ביי זיין רבי'ן, רבי יוסף זונדל פון סאלאנט.
==ביאגרעפיע==
===זיין יוגנט===
געבוירן אין ו' חשוון ה'תק"ע, 1810, אינעם שטעטל זשאגארע, צפון ליטע, צו לאה און זאב וואלף ליפקין. זיין טאטע איז געווען רב פון דעם שטעטל, אזוי אויך רב אין גאלדינגען און [[טעלז]], און האט פארפאסט די ספר "הגהות בן אריה" אויף [[תלמוד]] און [[ארבעה טורים]]. נאך פון א יונגען עלטער איז ישראל געווארן באקאנט מיט זיין שארף קעפל און שנעלע תפיסהץתפיסה. ווען ער איז געווארן 12 יאר, איז ער געווארןגעגאנגן לערנען אויףקיין סאלאנט ביי רבי צבי ברוידא. ביי די 14 יאר האט ער חתונה געהאט מיט די טאכטער פון רבי יעקב הלוי אייזנשטיין פון סאלאנט.
נאך זיין חתונה האט ער ממשיך געווען צו לערנען אין די ישיבה אין סאלאנט, דארט האט ער זיך אנגעטראפן מיט רבי [[יוסף זונדל פון סאלאנט]], א תלמיד פון ר' [[חיים וואלאזשינער|חיים פון וואלאזשין]].