אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מוסר באוועגונג"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 14:
===דער ערשטער דור===
ר' ישראל סאלאנטער, האט אין קאוונע צוזאם גענומען ארום זיך תלמידים און האט מיט זיי געלערנט מוסר. ער האט געלערנט מיט זיי פון מוסר ספרים, אבער ער האט אויך גע'טענה'ט אז כדי צו קענען מקיים זיין ווי עס באדארף צו זיין די מצוות וועלכע מענטשן זענען מזלזל דערין, ווי מצוות שבין אדם לחבירו, מוז א מענטש זיך פארטיפן אין זיינע "טינקעלע כוחות" (א טערמין וועלכער איז ווי עס זעט אויס גענומען געווארן פון אימאנועל קאנט). די וועג וויאזוי דאס צו טון איז לויט סאלאנטער, לערנען מוסר מיט אן איבערראשונג, א "התפעלות". נאך א פראקטיק וועלכער ר' ישראל האט איינגעפירט איז געווען די "מוסר הייזער" וועלכע זענען געווען אוועקגעשטעלט אויף די מטרה פון לערנען מוסר מיט א התפעלות
===דער צוויטערצווייטער דור===
אין דעם צווייטען דור זענן אויפגעשטעלט געווארן אפאר שטרוימען אין דעם מוסר באוועגונג דורך ר' ישראל'ס תלמידים:
*דער שטרוים פון "דער אלטער פון קעלם", ר' שמחה זיסל זיו, האט זיך אויסגעצייכנט מיט א שטרענגען חינוך, א פארלאנג פאר ארדער, ריינקייט און שטרענגער זעלבסט-דיסציפלין.
*דער שטרוים פון "דער אלטער פון סלאבאדקע", ר' נתן צבי פינקל, וועלכע האט געלייגט א דגוש אויף אפעלירן צום שכל און צום באוואוסטזיין. אין ראם פון דעם האט דער אלטער ארויסגעברענגט דעם וויכטיקייט פון "דאס גרוויסקייט פון א מענטש" (גדלות האדם) - - אז דער מענטש איז אפילו גרעסער ווי מלאכים, און ער דארף זיך דעריבער פירן ווי עס פאסט. אין סלאבאדקע האט מען דעריבער געמאכט זיכער זיך צו קליידן מיט א אייראפעאישער מאדערנער קליידונג.
*דער שטרוים פון "דער אלטער פון נאווארדאק", ר' יוסף יוזל הורוביץ, וואס האט געהאלטן פונקט פארקערט ווי די קעלמער און סלאבאדקער שטרוים, און האט געהאלטן אז א מענטש דארף וויסן דאס אייגענע נידריקייט (שפלות האדם). אין זיין ספר "מדרגת האדם" צייגט דער אלטער ווי נידריג דער מענטש איז און וויאזוי ער איז פיל מיט "נגיעות", דאס הייסט פריוואטע אינטערעסן וועלכער האלטן אים צוריק פון צוקומען צו דער אמת. דערפאר האט די שטרוים דלייגט א גדוש אויף צוברעכן די מידות און דערנידערן דעם מענטש, אריינגערעכנט דורך עקסטרעמע און מאדנע אקטן.
 
==קעגנשאפט צו די באוועגונג==
דאס אריינברענגן אנדערע לערעס אין ישיבה אחוץ גמרא, האט זיך אנגעשטויסן אין א שארפע קעגנערשאפט. די מחלוקת ארום די מוסר באוועגונג האט זיך געצויגן יארן לאנג, און האט צוטיילט די ליטווישע רבנישע וועלט אין צוויי.
 
ר' [[דב כץ]], פון די תלמידים פון דער אלטער פון סלאבאדקע, (ר' נתן צבי פינקל) האט ארויסגעגבן א ספר ווי ער ערקלערט די מוסר קאנטראווערסיע. די קאנטראווערסיע האט געהאט צוויי שטאפלען. דער ערשטער שטאפל, וואס איז פארגעקומען אין די ענדע פון די 18טע יארהונדערט, איז געעוען פון א פאליטישען שטייגער - א שארפער געשלעג איבער דאס אריינברענגען די מוסר לערע אין די ישיבות. די צווייטע שטאפל איז געקומען שפעטער און איז געווען אויף א אינטעלעקטואלע שטייגער - דאס קעגנערשאפט צו מוסר דורך אזעלכע חשוב'ע רבנים ווי דער [[חזון איש]] און בריסקער רב.
 
היינט איז שוין נישט דא קיין געפעכט. אין כמעט אלע ליטווישע ישיבות איז דא א מוסר סדר (חוץ אין די בריסקע ישיבות).אבער די ריכטיגע אנהענגערס פון די מוסר באוועגונג וואלטן זיך נישט באגנוגט מיט דעם, און וואלטן פארלאנגט אן ערנסטערע באשעפטונגונג מיט מוסר.
 
[[קאַטעגאָריע:מוסר]]