אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יידיש-וויקיפעדיע"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 61:
כדי צו פארשטיין אט די שטארקע רייץ פון א פרייען אומבאגרעניצטען כוח, וואס דאס הייסט אז קנאת סופרים איז באמת תרבה חכמה אויב מען לאזט די קנאה ברענען און פלאקערן אן קיין באגרעניצונג פון קיינעם אויף די וועלט, איז כדי צו ברענגן אלס ביישפיל דעם הויפט וויקיפעדיע מאדעל, די [[ענגלישע וויקיפעדיע]] וואס איז די גרעסטע און די ערשטע וויקיפעדיע שפראך.
 
אויב איר וועט אריינבליקן דארטן, וועט איר באמערקן א וואונדערליכע ענערגיע וואס דארטן בוזשעוועט, אזש אז עס שוין היינט צוטאגס דאס דריטע מערסטע באזוכסטע [[וועב סייט]] אויפן גאנצען [[אינטערנעט]]{{מקור}}. עס איז אינגאצעןאינגאצן דא קארגע 11 יאר זינט די שרייבונג פון איר ערשטע ארטיקל דארטן{{מקור}}, און האלט שוין היינט צוטאגס קרוב צו פיר מיליאן ארטיקלן!{{מקור}} מיט איבער 400 מיליאן רעגעסטריטע באנוצער{{מקור}} עס איז די גרעסטע אנציקלאפעדיע זינט וועלט באשאפונג, מיט אסאך מער אינפארמאציע פון אלע אנדערע אנציקלאפעדיעס וואס האט גענומען יארן און עפאכעס צו שרייבן! וואס גייט דארטן פאר?! וועט איר זיך פרעגן וואס טרייבט אזא אסטראנאמישע וואוקס און אומפארשטענדליכע פאפולערקייט ביי מענטשן דאס צו בארבייטען?
 
אבער איר וועט באמערקן אז וואס טוען זיי דארטן די באנוצער? לאמיר גיין צו די סאטטיסטיקס זייט און עס אנטפלעקט זיך אז די ארטיקל [[זשארזש דאבליו בוש]] איז דאס מערסטע גענדערט און רעדאגירט דארטן. [http://en.wikipedia.org/wiki/Special:Mostrevisions]
שורה 125:
לענגאויס די קורצע צייט אפשניט זינט איר עקזיסטענץ, האבן זיך שוין אין איר באטייליגט פילע אידיש [[שרייבער]] וואס זייער צאל איז שווער צו אפשאצאן, ווייל אסאך פון זיי האבן בלויז פאראכטן א קלייניגקייט וואס האט זיי געעגבערט בשעתן ליינען, דינענדיג אלס רעדאקטאר פון אנדערע. און בכלל קען מען דערין שרייבן אן א באנוצער נאמען, דורך בלויז פונעם [[אייפי אדרעסע]] ממילא איז נישט שייך צו דאקומענטירען א צאל פון באטייליגער אין דעם אידישען ווירטואלען פענאמענאן וואס רופט זיך אידישער וויקיפעדיע.
 
עס האט שוין דערגרייכט {{NUMBEROFARTICLES}} ארטיקלען אין קארגעדי צווייאכט יאר פון ווען זי איז געגרינדעט געווארן [[כ' אדר]] [[ה'תשס"ד]] ([[מארץ 13]] [[2004]]) <ref>[http://en.wikipedia.org/wiki/Wikipedia:Multilingual_coordination|ענגליש וויקיפעדיע].</ref> איר ערשטע ארטיקל ([[צעטיל קטן]]) איז געשריבן געווארן נאר ט"ו כסליו תשס"ה (נאָוועמבער 28). היינט צוטאגס איז שוין דא {{NUMBEROFARTICLES}} ארטיקלען. די ערשטע טויזנט איז געשריבן געווארן אין פארלויף פון 3.5 מאנאטן, אויך די צווייטע טויזנט איז געשריבן געווארן אין 3.5 מאנאטן, צווישן י"ב אדר תשס"ו צו א' אב תשס"ו.
 
איינע פון די גרויסע פראבלעמען אין דער יידישער וויקיפעדיע איז, אז ארום 50 פראצענט פון די ארטיקלען זיינען רעדאקטירט געווארן דורך בלויז צוויי מענטשן וואס זיי אליין זיינען די סיסאפס, אזוי איז די יידישע וויקיפעדיע געאייניקט צו א פריוואטע סטיל, שפראך און אידיאלאגיע.