אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 36:
ער מעקט גאנצע ארטיקלען! אן קיין שום סיבה! אט האט איר [[ככר העיר]] וואס ער האלט אין איין מעקן צוליב עפעס א אומפארשטענדליכע סיבה אז קיינער גייט נישט אהין. אדרבה זאל יעדער קוקען צו מען גייט אהין. מען זעט קלאר אז זיין מאטיוו איז מיך צו מעקן און דערנידערן.--[[באַניצער:אלזוז|אלזוז]] 14:11, 4 בספטמבר 2006 (UTC)
:צו מאלן דארף מען ווארטן זאל דער באנוצער רוהיג ווערן, באנוצער משה איז א ווערדפולער באניצער ביי אונדז אין וויקיפעדיע, מען קען אפילו זאגן אז ער האט א חלק אין איר גרינדונג. [[באַניצער:Jiddisch|►רוני◄]] 19:36, 4 בספטמבר 2006 (UTC)
איך פריי זיך צו הערן פון דיר רוני, איך בין געשטאנען און געשטוינט וויאזוי אין די וויקיפידע עפאכע זאל אזאנס קענען פאסירן וואס באנוצער משה האט געטון צו מיר וואס אין די אנדערע וויקיפעידיע שפאכן וואלט מען שוין לאנג בלאקירט אזא באנוצער, פארן אטאקירן און מעקן וואס זיין הארץ גלוסט, און דערנאך באזידלען געמיין יעדער וואס האט נאך די חוצפה צו קלערן אז ער איז נישט גערעכט. אבער צום אידישן וויקעפעדיע האסטו רעכט אז א שאד יעדע נוצליכער באנוצער וואס מען פארלירט. ער ביישטייערט אסאך שיינע ארטיקלען צום וויקיפעדיע, אבער ער קען נישט סובל זיין קיין אנדערע דעות, א הויפט פראבלעם אינעם וויקעפעדיע, ווארום וויקעפעדיעס מאטיוו איז צוזאמענקלייבן אלע דעות און אזוי ארויסגעבן א דבר השלם. דעריבער קען איך באשטיין אז ער זאל זיך צוגעוואוינען צום פאקט אז עס עקזיסטירן אנדערע באנוצער וועלכע האבן די זעלבע ציל ווי אים, נעמליך אויפצובויען און בארייכערן וויקעפעדיע, אבער פארט אנדערע דעות. ווייל כשם שאין פרצופיהם שוות כך אין דעותיהם שוות. אויב וועט ער זיך צוביסלעך צוגעוואוינען צום פאקט האט זיך אלעס געלוינט. אבער אויב ווער איך ווייטער אטאקירט וועט דאס לייגן גאר גאר א שלעכטע רושם אויף נייע באנוצער, און דער וויקיפעדיע וועט צום באדויערן "נישט" האבן קיין צוקונפט! דעריבער -פארן עתיד פון וויקעפדיע מער ווי פאר מיין אייגענע כבוד- וועל איך אנעמען אלע מיטלען אז איך זאל נישט ווערן אזוי מיאוס אטאקירט און מיין בלוט זאל זיין הפקר דא! נאכאמאל, יישר כח רוני פאר דיין הערליכע ארבעט אויפן עבר און צוקונפט--[[באַניצער:אלזוז|אלזוז]] 20:00, 4 בספטמבר 2006 (UTC)
 
== ביטע נישט שרייבן אין יענעמס באניציער בלאט==
ווי דו האסט [[באַניצער:אלזוז|דא געשריבן]]. [[באַניצער:Jiddisch|►רוני◄]] 19:36, 4 בספטמבר 2006 (UTC)