אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שבת"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
די שבת סעודות
שורה 19:
זכור את יום השבת לקדשו, לויט דער ציילונג און אויסשטעל פון ספר החינוך איז דאס דער איין און דרייסיגסטער מצוה פון די [[תרי"ג מצות]]. דער אפטייטש פון די מצוה ערקלערט דער ספר החינוך, "מיר זאלען רעדען רייד ביים אריינקום פון שבת און ביי זיין ארויסגיין, רייד וואס האבן אן אינהאלט פון געדענקעניש און א דערמאנונג פון דעם גרויסקייט, דערהויבנקייט און באזונדערהייט פון דעם טאג '''שבת''', און אונזערע חכמים זכרונם לברכה <small>(חז"ל)</small> ערקלערען אז מיר זענען באפוילן צו זאגען די רייד איבער וויין". דעם אינהאלט פון די מצוה ערקלערט ווייטער דער ספר החינוך "פון די ווארצלין פון די מצוה, ס'זאל זיך דעוועקען דורך טוהן די מצוה, א געדענקעניש פון דעם גרויסקייט פון דעם טאג, און ס'זאל באפעסטיגן אין אונזערע הערצער דער באנייאונג פון די וועלט וואס השם האט באשאפן אין די זעקס טאג".
 
 
=== שבת ביי די יידן ===
דער טאָג "שבת" איז אַ רוהע און הייליגער טאָג פאר די [[ייד|יידן]].
 
עס איז פארבאטן צו ארבעטן אום שבת אין איינע פון די [[ל"ט מלאכות|ל"ט אבות מלאכות]] - וואָס מען האָט געאַרבעט ביים בויען דעם משכן - מיט אירע תולדות.
 
== עונג שבת ==
שבת איז א מצוה צו עסן דריי [[סעודה|סעודות]], מיט באזונדערע מאכלים, 'שלא תהא אכילתך בשבת כבחול' (תנחומא בראשית ב). די סעודות פון שבת זענען: איינס פרייטיג צונאכט, די צווייטע שבת אינדערפרי, און [[שלש סעודות]], וואס מען דארף עסן ביים זמן פון [[מנחה]] ביז נאנט צום זמן פון אויס שבת.<ref>{{שולחן ערוך|אורח חיים|רצא|ב}}</ref>. די מצוה איז סיי ביי מענער סיי ביי פרויען. דער [[משנה ברורה]] זאגט אז מען זאל עסן פיש ביי יעדער סעודה פון שבת.
 
== שטאמונג און סיבות ==
גענומען פֿון "https://yi.wikipedia.org/wiki/שבת"