אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אדמו"ר"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 3:
==תפקיד פון אן אדמו"ר==
===אין תורת החסידות===
דער תפקיד פון אן אדמו"ר, אדער חסיד'ישע רבי, איז איינגעפירט געווארן דורך די תלמידים פון [[בעש"ט]] און די תלמידים פון דעם [[דוב בער ממעזריטש|מגיד פון מעזריטש]]. דער פאזיציע איז באזירט אויפ'ן יסוד אין תורת החסידות אויף די וויכטיגקייט זיך אנצוקניפן אין א צדיק. דער אויפגאבע פון דעם צדיק איז צו לערנען פאר זיינעןזיינע חסידים וויאזוי צו דינען גאט, און צו זיין פאר זיי א צינור פון השפעות. אויך איז ער געשטעלט אויף מתפלל צו זיין פאר די באדערפענישן פון אלע אידן בכלל און זיינע חסידים בפרט, און ארויסצוהעלפן אידן אין אן עת צרה. די חסידים און די וואס זענען אנגעקניפט צום צדיק טוען זיך דערפאר אונטערנעמען אויסצוהאלטן דעם צדיק מיט אלע זיינע באדערפענישן דורך געבן פדיונות און מעמדות געלט בכדי ער זאל קענען דינען גאט אן קיין שטער.
 
===אין שפעטערע צייטן===
דער תפקיד פון אן אדמו"ר האט זיך אנטוויקלט אלץ א פאזיציע אויף צוזאמען צו האלטהאלטן א געמיינדע אידן וואס פארמאגן א געמיינזאמען הילוך אין אידישקייט אדער א געמיינזאמען געאוגראפישע אפשטאם. אין היינטיגע טעג שטייט אןאפטמאל דער אדמו"ר אפטמאל אין שפיץ פון פארצווייגטע מוסדות פון חינוך און סאציעלע געברויכן. כאטש דער תפקיד איז גאר אן אנדערןאנדערע פון די ארגינעלע לויט'ן תורת החסידות, ווערט דאס נאך אלץ פארעכנט ביי חסידים אלץ א וויכטיגער מעמד אויף צו ערהאלטן די געמיינדע סטרוקטור פאר אידן פון חסיד'ישע קרייזן.
 
===אדמו"ר'ישע אויפגאבן===
שורה 13:
צווישן די אויפגאבן פון מערסטע אדמורי"ם זענען:
* דאווענען תפלות פאר'ן עמוד אויף שבת, יום טוב, אדער א יומא דפגרא
* פירן טיש און טיילן שיריים, און מיטהאלטן מיטדי ניגונים און ריקודים
* אויפנעמען די חסידים פערזענליך, צומאל נעמענדיג דערביי א קוויטל, אדער געשריבענע בקשה פאר תפלות, אינאיינעם מיט א געלט פדיון
* נעמט א טייל אין די פערזענליכע שמחות פון זיינע חסידים ווי א חתונה, ברית מילה, אדער פדיון הבן
שורה 21:
 
==התמנות==
די ערשטע אדמורי"ם זענען געווארן אזוי אנערקענט צוליב זייער גרויסקייט אין תורה און גאט-דינען. אויך זענען געווען אזעלכע וואס מען האט אויף זיי פארציילט סיפורים פון איבערמענטשליכע כחות, וואס האט געזאלט אנווייזן אויף זייער צדקות און הייליגקייט.
 
מיט דער צייט איז געווארן מער און מער איינגעפירט אז חסידים האבן אויפגענומען א זון אדער אן אנדערן נאנטן קרוב פון זייער רבי נאך זיין שטארבן, נישט אלץ קוקנדיג דוקא אויף דעם נייעם רבי'ס גרויסקייט אין תורה אדער צדקות. עטליכע רבי'ס זענען אויפגענומען געווארן גאר יונג, צומאל נאך אלץ קליינע קינדער, זייענדיג לויט די השערה פון די חסידים דעם פאסיגסטען יורש פןן דעם פריערדיגן רבי'ן.
 
== זעה אויך ==
* [[חסידות]]
* [[רב]]
 
[[קאטעגאריע:חסידות]]