אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "סי געיט"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 14:
 
 
די ערשטער [[שול]] וועלכער איז געבויט געווארן אין סי געיט האט און זיינער צייט געהאט אויס צו שטיין פון די אנטעסעמיטישע איינוואוינער וועלכע האבען געמאכט מערערע פראבלעמען מיטן בויען אבער דער שול כנסת ישראל שטייט נאך ביז היינט, און ווערט אנגעפירט דורוך הרב בריקמאן, מיט יארען שפעטער האבען זיך א טייל מתפללים אפגעטיילט און געגרינדעט א נייער שול ווי הרב אריעלי האט געדינט אלץ רב און די 60'-70' יארען, שפעטער אין די 80' יארען איז די שול איבער גענימען געווארען דורוך הרב רובין זין פון סוליצער רבין פון פאר ראקאוועי וועלכער פירט דעם שול ביזען היינטאגען טאג.
שורה 24:
 
 
אין די יארען איז הרב מייזעלס אויף געקומען מיטן פלאן אז היימישע אידען זאלען זיך באזעצען אין סי געיט, געזאגט און געטון ער האט באלד געלאזט בויען א גרויסער שול מיט א [[מקוה]] און צוביסליעך האט זיך א עולם פון [[בארא פארק]] און [[וויליאמסבורג]] זיך באזעצט און סי געיט.
 
 
אין די אנהייב 80' יארען האט זיך געצויגען קיין סי געיט הרב שמאול קרויס און געעפענט א שול, הרב קרויס וועלכער קען באצייכענט ווערען אלץ דער ערשטער חסידישער רבי אין סי געיט מיט זיין טיש פירען, י"ב חלות, טיילען שריים. מיט די צייט האבען זיינע נאנטע מענטשען געבויט א נייער שול און א מקוה אבער דענאך האט מען זיך צוטיילט און הרב קרויס איז צוריק צו זיין שול און די בעלי בתים זענען געבליבען אין דעם נייער שול.