אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "קראפט"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ r2.6.3) (באט צוגעלייגט: sn:Fosi געענדערט: oc:Fòrça
ניוטאנס געזעצן
שורה 2:
 
מאטעמאטיש ווערט א קראפט באשריבן דורך א [[וועקטאר]].
 
אין דער [[אינטערנאציאנאלע סיסטעם פון איינסן|אינטערנאציאנאלער סיסטעם פון איינסן]] מעסט מען קראפן אין [[ניוטאן|ניוטאנען]] (N).
 
א קראפט וואס ווירקט אויף א קערפער קען ענדערן דעם מצב פונעם קערפער, אדער דערקעגנען אן אנדער קראפט וואס ווירקט אויפן קערפער.
 
דער צווייג פון [[פיזיק]] וואס באשעפטיקט זיך אין דער באוועגונג פון קערפער דורך קראפט איז [[דינאמיק]], און די טעאריע איז באזירט אויף [[ניוטאנס געזעצן פון באוועגונג|ניוטאנס דריי געזעצן פון באוועגונג]], וואס שילדערן די באציאונג צווישן קראפט און באוועגונג:
 
* [[ניוטאנס ערשטער געזעץ]], דער "געזעץ פון אינערציע", שטעלט פעסט אז אן א קראפט (אדער ווען אלע קראפטן זענען צוזאמען נול), בלייבט א קערפער אין רו אדער מיט דער זעלבער גיכקייט אין דער זעלבער ריכטונג.
* [[ניוטאנס צווייטער געזעץ]] שטעלט אוועק אז דער קראפט איז פראפארציאנעל צו דער ענדערונג־ראטע פונעם [[אימפעט]] מיט [[צייט]]. מאטעמאטיש:<math>\vec F = \frac{d \vec p}{dt}</math>.
:טאמער די מאסע ענדערט זיך נישט, קען מען איבערגעבן דעם געזעץ אין דעם פארמאט: די [[אקצעלעראציע]] פון א קערפער איז פראפארציאנעל צו דער קראפט וואס ווירקט אויך אים. מאטעמאטיש: <math>\vec F=m \vec a = m\frac{d^2 \vec{r}}{dt^2}</math>.
* [[ניוטאנס דריטער געזעץ]] שטעלט פעסט אז קעגן יעדער קראפט ווירקט א קראפט מיט דער זעלבער גרייס אין דער פארקערטער ריכטונג.
 
 
[[קאטעגאריע:מעכאניק]]