אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יהודה מאיר שפירא"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ r2.6.1) (באט צוגעלייגט: fr:Meir Shapiro
נאך פרטים
שורה 5:
== לעבענסגעשיכטע ==
יהורה מאיר שפירא איז געבוירן אין [[שאץ]], [[רומעניע]] אין יאר תרמ"ז, אן אייניקל פון דעם רבי'ן ר' [[פינחס שפירא]] פון [[קארעץ]]. שוין יונגערהייט איז ער געווען א טאלאנטירטער רעדנער. ביי פופצן יאר האט ער באקומען [[היתר הוראה]].
 
נאך זיין חתונה מיט מלכה טויבא, די טאכטער פון הרב יעקב דוד ברייטמאן, איז ער אריבער קיין [[טארנאפאל]] אין [[גאליציע]], וואו ער האט געזעסן און געלערנט אויף קעסט ביי זיין שווער. אין יענער תקופה האט ער געגרינדעט דעם פארבאנד "תפארת הדת", וואס זיין צוועק איז געווען אכט געבן אויף רעליגיעזע אינטערעסן אין טארנאפאל.
אין [[ה'תר"ע]] איז ער געווארן רב אין [[גלינא]], דארט האט ער אויפגעשטעלט א [[ישיבה]]. אין [[ה'תר"ף]] האט די קהילה אין [[סאנוק]] אים דערוועלט אלס רב, וואו ער האט אריבערגעפירט זיין ישיבה. אין [[ה'תרפ"ג]] איז ער געווארן פון די ערשטע חרדישע מיטגלידער אין דעם [[פוילן|פוילישן]] [[סיים]] אלס פארטרעטער פון [[אגודת ישראל]]. אין [[ה'תרפ"ד]] איז ער געווארן רב פון [[פיעטרקאוו]]. אינעם זעלבן יאר האט ער געגרינדעט ישיבת חכמי [[לובלין]] (יח"ל). אין [[ה'תרצ"ד]] בשעת ער האט זיך צוגעגרייט אויף א נסיעה קיין [[ארץ ישראל]], און אט אויפנעמען דאס רבנות פון [[לאדזש]], איז ער נפטר געווארן ז' מרחשון.