אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "היסטאריע פון דייטשלאנד"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 50:
 
[[רוסלאנד]]'ס מיליטער האט נאך דעמאלט געטויגט אויף כפרות און די דייטשן האבן זיי אריינגעגעבן שטארקע קלעפ אבער אויפ'ן מערב פראנט איז דייטשלאנד פארבליבן ארומגענומען מיט ריזיגע מיליטערן פון בריטען, פראנקרייך און זייערע פארבינדענע פריינט. די אליאירטע (די זייט וואס האט געקעמפט קעגן דייטשלאנד איז אזוי אנגערופן געווארן) האבן באוויזן אפצושניידן די סופליי ליניעס פון די דייטשע מיליטער און אזוי שטארק צוקלאפט די מאראל צווישן די דייטשן. זעענדיג די מצב האבן א טייל מיניסטארן וועלכע זענען בכלל געווען קעגן די קריג זיך אפגעריסן פון די רעגירונג און געגרינדעט די סאציאלע דעמאקראטישע פארטיי אבער די מיליטערישע פירער האבן דאמינירט די רעגירונג און געהאט די פולע קאנטראל אויף איר. זייענדיג פארצווייפעלט איבער די בלאקירונג וואס די אליאירטע ארמייען האבן אונטערגעשטעלט האט דייטשלאנד אנגעהויבן נוצן די [[סובמארין]] מיטל און אנגעהויבן זינקן שיפן רעכטס און לינקס. דאס האט אבער פארערגערט איר מצב ווייל נאכדעם וואס עטליכע אמעריקאנער שיפן זענען געזינקען געווארן האט אויך די פאראייניגטע שטאטן דעקלערט קריג קעגן דייטשלאנד.
צוריק אין מזרח האבן די דייטשן יא געהאט אן אויבערהאנט איבער די רוסן און די רוסן האבן געבעטן פאר שלום וועלכע איז צושטאנד געקומען אין מערץ 918'1918. דייטשלאנד האט דעמאלט מאביליזירט אלע אירעזיינע ארמייען אויף מערב ווי די אליאירטע האבן זיך נאר דערשטערקערט פון טאג צו טאג.
 
איינזעענדיג די סיטואציע אויפ'ןאויפן פראנט אלס הילפסלאז האט דייטשלאנד'ס הויכע קאמאנד גע'עצה'ט וויליאמס צו גרינדן א נייע ציווילע רעגירונג וועלכע זאל בעטן פאר שלום, וויסנדיג אז די אמעריקאנער וועלן איינגיין אויף געשפרעכן מיט א ציווילעציווילער רעגירונג. בלית ברירה האט וויליאמס מסכים געווען און אויפגענומען פרינס מעקס פון באדן אלס דער נייער קאנצלער. מעקס האט זיך באלד פארבינדן מיט אמעריקע'ס פרעזידענט וואודראו ווילסאן וועלכע האט באלד געעפענט געשפרעכן ווען די קריג איז ווייטער אנגעגאנגן אין פולן ברען. אין דייטשלאנד זעלבסט איז די מצב געווען ביטער און עס האבן אויסגעבראכן אסאך אינערליכע קאנפליקטן. עס האבן זיך געגרינדעט נייע קאונסילס, טייל פון זיי קאמוניסטישע, און א רעוואלוציע האט אויסגעבראכן אין באוואריע[[בייערן]]. אין נאוועמבער האט פרינספרינץ מעקסמאקס אנאנסירט די אבדיקירונג פון וויליאם און אויך זיין אייגענע רעזיגנאציע אלס קאנצלער. מעקס האט איבערגעגעבן זיין פלאץ פאר פרידריך עבערט, דער פירער פון די נייע סאציאלע דעמאקראטישע פארטיי. אינעם זעלבן טאג האט א הויפט מיניסטער פון די נייע רעגירונג פראקלאמירט א נייע רעפובליק. דייטשלאנד איז איינגעגאנגן אויף א וואפן- שטילשטאנד אנגעהויבן פון נאוועמבער דעם עלפטן.
 
=== נאכווייען פון דעם קריג ===