אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יעקב יוסף טווערסקי"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 38:
ער איז גערופן געווארן אלץ יונגער בחור זיך צו שטעלן צו דער מיליטער, אבער דורך שתדלנות פון עסקנים איז אים געלונגען זיך צו ווערן באפרייט דערפון. עס איז באקאנט אז ווען מען האט אים גענומען זיך צו שטעלן איז געווען אין שבת. ווען מען האט אים ארויסגעלאזט האט מען פארלאנגט פון אים אונטער צו חתמ'ען א פאפיר, האט ער בשום אופן נישט מסכים געווען כאטש עס האט געטרויעט אז דער גאנצער שתדלנות וועט בטל ווערן. צום סוף איז אים געלונגען נישט צו דארפן חתמ'ען. ווען ער איז אהיימגעקומען שבת נאכמיטאג האט אים זיין פאטער ר' דוד'ל די ערשטע זאך געפרעגט צי ער האט גע'חתמ'ט. דערנאך האט ער אים געהייסן גיין אויסזאגן תהלים און דורך לערנען אור החיים אויפ'ן פרשה כמנהג סקווירא, וואס צוליב דער מצב האט ער נאך נישט געהאט געטון.
 
אלץ א בחור אין עלטער פון צוואנציג, נאכדעם וואס זיין פאטער איז אוועק אין יאר תר"ף, און דער מצב פון אידן אין רוסלאנד האט זיך געהאלטן אין איין ערגערן צוליב דער אויפשטאנד פון די [[באלשעוויק]]ן, האט ער זיך אוועקגעצויגן מיט זיין מוטער קיין [[רומעניע]] צו וואוינען נעבן זיין עלטערן ברודער ר' [[יצחק טווערסקי פון קעשענאוו|איציקל קעשענאווערקעשענעווער]], וועלכער האט דאן אנגעהויבן פירן רביסטעווע.
 
== די חתונה יארן==