אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "בעלזא"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 22:
ניין יאר נאך זיין פטירה האט מען אויפגענומען זיין פלומעניק רבי [[ישכר דוב רוקח (ב)|ישכר דוב רוקח]], די הכתרה איז פארגעקומען נאך דעם וואס ער האט חתונה געהאט מיט דער טאכטער פון דעם [[וויזשניץ (הויף)|וויזשניצער]] רבי'ן [[משה יהושע האגער]].
 
אונטער זיין הנהגה האט דאס חסידות געבליעט, און דאס איז היינט א מוסטער אויף א פעסטונג פון תורה וחסידות, און התקשרות צו א רבי'ן. דער רבי לייגט אריין א ספעציעלע ארבעט אין חינוך,ווי ער איז באוויסט אלץ חלוץ לפני המחנה און מאכט ליידער חידושים אין נייע איינפירונגין, ווי צום ביישפיל דעם באניץ פון [[פסיכאלאג]]ן און סאציאלע באדינונגען אין זיינע מוסדות, און אויך אין קירוב רחוקים. ער האט אויפגעשטעלט די ארגאניזאציעס "תורה ואמונה" "צהר" אין "הידברות", וועלכע זענען באקאנט און דעם עולם התשובה אין ארץ ישראל.
 
א טייל פון די חסידים האבן זיך נישט געוואלט אונטערווארפן אונטערן נייעם רבי'ן און האלטן זיך בעלזער חסידים פון רבי [[אהרן רוקח]] זצ"ל. זיי האבן אנגענומען אלס רבי רבי [[יהושע רוקח השני|יהושע רוקח]] שליט"א, [[אדמו"ר]] פון [[מאכניווקא (הויף)|מאכניווקא]].